Windows Server איז א סעריע פוןסערווערן (באדינער)אפערירן סיסטעמען געמאכט דורךמייקראָסאָפט צו אנפירןקאמפיוטער נעצווערק. מ'האט גענוצט דעם נאמען פאר די פאלגנדע ווייכווארג ארויסלאזן:
Windows Server 2003 (װינדאָס סערװער 2003) איז דערשינען געווארן אפריל 24, 2003. עס אין דער נאָכקומער פֿוןWindows 2000 Server. עס איז דער ערשטער דינעראפערירן סיסטעם וואס איז נישט ערשינען צוזאמען מיט א קליענט ווערסיע, פוןמייקראסאפט. אויכט האט מייקראסאפט געטוישט דעם נאמען צו "ווינדאס סערווער 2003" אנשטאט "ווינדאס 2003 סערווער" ארויס צו ברענגן מער דעם פאקט אז איז א סערווער אפערירן סיסטעם.

Windows Server 2008 איז באַפֿרײַט געװאָרן פעברואַר 27, 2008 (כ"א אדר א' תשס"ח). Windows Server 2008 איז דער נאָכקומער פֿוןWindows Server 2003.
Windows Server 2008 איז געבױט אױף דער זעלבער קאָד־נאָמען פֿוןWindows Vista, און עס האָט פיל ענדלעכע אײגנקײַטן װי די Windows Vista. נאָך דעם איז אַרױס די Windows Server 2008 R2 װערסיע װעלכע איז געבױט אױפֿןWindows 7 קאָד־נאָמען.
Windows Server 2008 איז כּולל אַ דינער־יאָדער (Server Core). דינער־יאָדער איז אַזאַ סאָרט אינסטאַלאַציע װעלכע קומט אָן אַWindows Explorer שאָל, אַלע אײַנשטעלונגען װערן ערלײדיקט דורך אַבאַפֿעל־ליניע רױם (command line interface).
Active Directory איז פֿאַרברײטערט געװאָרן מיט אידענטיטעט, באַשטעטיקונג אוןדיגיטאַלע רעכטן אַדמיניסטראַציע סערװיזן. די Active Directory ביז די Windows Server 2003 װאָס דערלױבט צענטראַליזירן און אַדמיניסטרירן לאָקאַלע גרופּעס פּאָליסן פֿאַר בשותּפֿותדיקע קאָמפּיוטערס באַניצערס האָט געטױשט איר נאָמען צו Active Directory Domain Servicesו(AD DS) און עס איז צוגעקומען נײַע AD סערװיזן.
Windows Server 2008 64Bit איז כּולל אַHyper-V.
דער לויפיקער ארויסלאז פון Windows Server 2008
א היים סארווער אפערירן סיסטעם