PHP איז איינע פון דיקאמפיוטער פראגראמירן שפראכן וואס ווערט אסאך געניצט היינט.
עס איז אריגינאל געבויט געווארן פארוועב פלאנעווען, אבער צוליב זיין שטארקן איינפלוס האבן דאס מענטשן אנגעהויבן צו נוצן אלס א געווענליכער פראגראמירן שפראך, אזוי אז היינט צוטאג'ס בויען שוין מענטשן דערויף אייגענע (דערווייל נאר) פריוואטעאפערירן סיסטעמען.
עס איז אןאפענער קאד שפראך, דאס טייטש אז יעדער קען זיך אנהענגען דערין און צולייגן אראפנעמען וכדו', וואס לויפט אונטער דעם GNU ליצענץ.
די ערשטע ווערסיע דערפון איז ארויסגעקומען אין יאר1996, וואס דאן איז דאס געווען בלויז אויף א קליינעם פארנעם לויט דיC פראגרמירן סטאנדארטן, אבער עס האלט שוין היינט ביי ווערסיע נומער 5.4.7, וואס פארנעמט שויןיוניקאד.
פאר אינטרעסאנטקייט איז כדי אונטערצושרייכן, אז די גאנצעוויקי סיסטעם איז געבויט אויף דער php שפראך. אויךפייסבוק איז געבויט אויף php.