Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

שפראך

פֿון װיקיפּעדיע

שפראַך אדערלשון איז אקאמוניקאציע מיטל אריבערצופירן מעלדונגען צווישן מענטשן דורךרעדן אדערשרייבן און דורךבאוועגונג צייכונגען.

די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון שפראך ווערט גערופןלינגוויסטיק. פראגעס וועגן דער פילאסאפיע פון שפראך, למשל צי ווערטער קענען רעפרעזענטירן דערפארונג, האט מען שוין געקלערט כאטש פון די צייטן פון גארגיאס אוןפלאטאן איןאוראלט גריכנלאנד.

שפראכן אנטוויקלען זיך במשך די יארן, און די היסטאריע פון זייער עוואלוציע קען מען רעקאנסטרואירן דורך פארגלייכן מאדערנע שפראכן פעסטצושטעלן וועלכע אייגנקייט וואלטן זייערע עלטערע־שפראכן געדארפט האבן כדי די שפעטערדיקע אנטוויקלונגס שטאפלען זאלן פאסירן. א גרופע שפראכן וואס שטאמען פון אן אייניגער עלטער־שפראך ווערט גערופן אשפראכפאמיליע. דיאינדא-איירפעאישע פאמיליע איז דער מערסט ברייט גערעדט און שליסט איין א פארשידנהייט פון שפראכן וויענגליש,רוסיש אוןהינדי; דיסינא-טיבעטישע פאמיליע שליסט אייןמאנדארין און די אנדערעכינעזישע שפראכן, באדא אוןטיבעטיש; דיאפרא-אזיאטישע פאמיליע שליסט אייןאראביש,העברעאיש אוןסאמאלי; דיבאנטו שפראכן שליסן אייןסוואהילי,זולו און הונדערטער אנדערע שפראכן וואס מען רעדט דורכאויסאפריקע; און דימאלאיא-פאלינעזישע שפראכן שליסן אייןאינדאנעזיש,מאלייאיש,טאגאלאג און נאך הונדערטער שפראכן וואס מען רעדט דורכאויס דעםפאציפיק. די שפראכן פון דערדראווידישע פאמיליע ווערן גערעדט מערסטנס אין דרום אינדיע, און שליסן אייןטאמיל,טעלוגו אוןקאנאדא.

אקאדעמיקער האלטן אז צווישן 50% און 90% פון די שפראכן וואס מען רעדט אין אנהייב פונעם 21סטן יארהונדערט וועלן גאנץ מעגלעך אויסשטארבן ביזן יאר 2100.

נישט נאר דערמענטש האט א שפראך, נאר אויךבעלי חיים נוצן זיך מיט זייער שפראך אין פארשיידענע וועגן ווי דורך זייער שטימע, ראשונגען, באוועגונג צייכונגען, רירונגען, וויזועלע בליקן, שמעקן אד"ג.

א שפראך ווערט אנטוויקלט פונעם איין איינציגערגאטס-וואונדער אינעםנאטור. אין דער הייליגער יודישערתורה שטייט געשריבן קלאר, אז אין אנהייב באשאף, האבן אלע גערעדט נארלשון הקודש, נאר נאכןדור הפלגה האט איז פארמירט געווארן זיבעציג הויפט שפראכן, און פון דעם נאך און נאך ענליכע שפראכן.

אין דער היינטיגער טעכנאלאגיע ניצט מען דאס ווארט שפראך אויך בייקאמפיוטער שפראכן.

אחוץ די סימבאלן פון א שפראך, האט זי אויך אגראמאטיק. מיט דעם ווערט די שפראך באררייכערט און קען אויסדרוקן קלארע פארהעלטענישן.

מוטער שפראך און מאמע לשון

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –מוטערשפראך

די שפראך מיט וואס מ'האט זיך געהאָדעוועט און געוואַקסן מיט דעם שפּראַך און דאס גע'ירשענט פון אלס קליין פיצלקינד זינט דימאמע האט איםגעזייגט און געוויגעלט הייסט די מוטער שפראך. ווען מען רעדט וועגן יידיש ווי א מוטערשפראך רופט מען עסמאמע לשון.

פhלשפראכיג

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינער וואס רעדט פליסיג דריי אדער מער שפראַכן ווערט אנגערופן 'א פֿילשפראכיגער'.

צוםביישפיל, אסאך היינטיגע ארטאדאקסישע יודן קענעןיידיש,ענגליש אוןהעברעאיש; אזא איינער הייסטא דריי-שפראכיגער.

מיאוסע שפראך

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יעדע שפראך איז פארהאנען 'מיאוסע רייד', גראב גערעדט, וואולגאר, אדער ווי מ'זאגט 'א מיאוס ווארט', וואס מיינט א שעלטונג, פארשעמונג אדער נידריג גערעדט - ווי פוןגעשלעכט, וואס איז געמיין, נישט איידל צו רעדן הויך.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:שפראך
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=שפראך&oldid=581291"
קאַטעגאָריע:

[8]ページ先頭

©2009-2026 Movatter.jp