שפּאַניע (שפּאַניש : España עספאַניאַ ) איז א לאנד אין דרום־מערבאײראָפּע אויפןאיבערישן האלבאינזל . צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפןמיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פוןגיבראלטאר . פון צפון האט שפאניע א גרענעץ מיטפראנקרייך אוןאנדארע , און פון מערב מיטפארטוגאל און מיטןאטלאנטישן אקעאן . די טעריטאריע פון שפאניע נעמט איין דיבאלעארישע אינזלען אינעםמיטלענדישן ים , לעבן דעם מזרח בארטן פונעם האלבאינזל, און דיקאנארישע אינזלען אינעםאטלאנטישן אקעאן , לעבן דעם בארטן פוןאפריקע .
שפאניע איז אַ מיטגליד לאַנד פונעםאייראפעישן פארבאנד . איר הױפּטשטאָט איזמאַדריד . זייט 1975 איז שפאניע א קאנסטיטוציאנעלקעניגרייך , און איר קעניג זייט 2014 איזפעליפע דער זעקסטער .
די הויפט שפראך איזשפאניש , אבער אין א טייל פונעם לאנד רעדט מעןקאטאלאניש . די מערסטע פארשפרייטע רעליגיע איזקאטאליציזם .
שפאניע באדעקט א שטח פון 504,030 קוואדראט ק"מ, און איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין מערב אייראפע, נאך פראנקרייך. זי האט א באפעלקערונג פון 43 מיליאן מענטשן.
מיט בערך טויזנט יאר צוריק האט זי געהערט צו די מוסלעמענער, און עס האט דאן געהייסן אנדאלוזיע מיט קארדאווע אלס די הויפט-שטאט.
אין יארה'רנ"ב האטקעניג פערדינאנד פארטריבן אלע אידן פון שפאניע, און איינגעפירט די טרויעריגע בארימטעאינקוויזיציע .
שפאניע איז היינט אדעמאקראטיע , מיט דער13טער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.
גראַן וויאַ מאַדריד אין אוראלטע צייטן האבן געוואוינט אין היינטיקער שפאניע דיאיבערישע און דיקעלטן . דיפעניקער האבן געבויט דארט שטעט צו האנדלען מיטצין אוןזילבער . שפעטער האט דירוימישע אימפעריע געהערשט איבער שפאניע מער ווי 500 יאר. ווען די רוימישע אימפעריע איז איינגעפאלן, האבן פארשידענע גערמאנישע שבטים איבערגענומען דאס לאנד.
אין 711 האבןאראבער איבערגענומען די הערשאפט, און דערנאך האבן דימוירן פון צפון אפריקע געהערשט איבערן לאנד במשך 800 יאר. די ציוויליזאציע איז געווען פארגעשריטן איןארכיטעקטור . זיי האבן געבויט שיינע געביידעס, א סך פון זיי שטייען נאך אין די שטעטסעווילא ,גראנאדע אוןקארדאבע איןאנדאלוזיע .
אין 1492 האטפערדינאנד דער מלך פון אראגאן און זיין ווייב איזאבעלא מלכה פוןקאסטיל פארטריבן די לעצטע מורן און אזוי איבערגענומען גאנץ שפאניע. אין דעם זעלבן יאר האבן זיי געצוואונגען אלע יידן זיך צו שמדן אדער צו פארלאזן דאס לאנד. אויך אין דעם יאר האבן זיי געשיקטקריסטאפער קאלאמבוס אריבער דעםאטלאנטישן אקעאן , וואו ער האט געפונען די קאראאיבישע אינזלען.
שפאנישעגאליאן שיף. געמעל פונעם16טן יארהונדערט . אין 1492 האט קאלאמבוס אנטפלעקט [ 1] , דיקאראיבישע אינזלען , און עטלעכע יאר נאכהער, אויך דעם קאנטינענטאמעריקע .חאזע טארדסיאס פון יאר1494 האט צעטיילט די נייע וועלט צווישן שפאניע אוןפארטוגאל .
די אנטוויקלונגען, דאס פארטיגע ניצחון אויף די מוסולמענער אין דעם איבערישן האלבאינזל און אנטפלעקן אמעריקע, האבן געקערט שפאניע צו אן אייראפעאישע און אויך וועלטלעכעגרויסמאכט אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער, א תקופה באקאנט ווי דיגאלדענע צייטן פון שפאניע .
דישפאנישע אימפעריע , וואס האט פארטיליקט דיאינקא אוןאזטעק אימפעריעס, האט געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פוןדרום אמעריקע אוןצענטראל-אמעריקע , אויף א טייל פון די קאראיבישע אינזלען, און אויפן דרום טייל פוןצפון אמעריקע . שפאניע האט פארשקלאפט די אריגינעלע באוואוינער פון אמעריקע, האט אויפגעשטעלט זידלונגען, און האט גענאסן פון א פליסנדיקן שטראם פון רוישטאף, בעיקרזילבער אוןגאלד .
שפאניע באדעקט א שטח פון 505,992 ק"מ2 , און איז דאס 52סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. דער העכסטער שפיץ איזטעידע איןטענעריפע , וואס איז דער דריטער גרעסטערוואולקאן אין דער וועלט.
די שטאטליוויע איז אינגאנצן ארומגענומען פון פראנקרייך.
טעידע נאציאנאלער פארק , טענעריפעשפאניע נעמט איין אויך דיבאלעארישע אינזלען אינעםמיטלענדישן ים און דיקאנארישע אינזלען אינעםאטלאנטישן אקעאן .
פאלגנד איז די באפעלקערונג פון די אינזלען:
1.טענעריפע 899,833 2.מאיארקא 862,397 3.גראן קאנאריא 838,397 4.לאנזאראטע 141,938 5.איביזא 125,053 6.פוערטעווענטורא 103,107 7.מענארקא 92,434 8.לא פאלמא 85,933 9.לא גאמערא 22,259 10.על היערא 10,558 11.פארמענטערא 7,957 12.אראזא 4,889 13.לא גראציאזא 658 14.טאבארקא 105 15.אנז 61
שפאניע האט דריי קלימאט זאנעס:
די היינטיקע קאנסטיטוציע פון שפאניע שטאמט פון 1978, וואס האט פעסטגעשטעלט שפאניע ווי א דעמאקראטיע מיט א קאנסטיטוציאנעלער מאנארכיע. מ'האט באשטעטיקט די קאנסטיטוציע אין ארעפערענדום דעם 6טן דעצעמבער 1978, דורך 88% פון אלע וויילער.לויט דער קאנסטיטוציע באשטייט שפאניע פון 17 אויטאנאמישע געמיינדעס און צוויי אויטאנאמישע שטעט וואס געהערן צום שפאנישן פאלק.
דער פארלאמענט פון שפאניע באשטייט פון צוויי הייזער. דער קאנגרעס פון דעפוטאטן (Congreso de los Diputados ) האט 350 מיטגלידער וואס ווערן געוויילט דורך פראפארציאנעלער רעפרעזענטאציע. דער סענאט האט 259 סענאטארן, פון זיי 208 ווערן געוויילט דורכן פאלק און 51 ווערן באשטימט דורך די ראיאנישע פארלאמענטן. אלע דעפוטאטן און סענאטארן דינען פאר א קאדענץ פון פיר יאר.
שטאַט הויפט הויפט פון רעגירונג נאך דעם טויט פון פראנקא אין 1975 האט שפאניע אנגעהויבן א נייע תקופה אין אירע אויסלענדישע באציאונגען. זי איז געווארן א מיטגליד אינעםאייראפעישן פארבאנד . אין 1982 איז שפאניע געווארן א מיטגליד איןנאט"א .
שפאניע האט באזונדערע באציאונגען מיט שפאנישער אמעריקע און דיפיליפינען .
שפאניע האט אקאפיטאליסטישע געמישטע עקאנאמיע וואס איז דידרייצענטע גרעסטע אין דער גארער וועלט, די פינפטע גרעסטע אינעםאייראפעישן פארבאנד און די פערטע גרעסטע אין דעראייראזאנע .
ארבעטסלאזיקײט אין שפאניע איז געשטאנען איבער 20% אין די אנהייב 1990ער יארן, אבער ביז 2006 איז זי אראפ צו 7.6%.די שוואכע פונקטן פון דער עקאנאמיע זענען א הויכע אינפלאציע ראטע, און אויך (לויט דערארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג ) א שוואכע בילדונג סיסטעם אין פארהעלטעניש צו אנדערע אנטוויקלטע לענדער, אזוי ווי דיפאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דאספאראייניגטע קעניגרייך .
אין 1999 איז דער שפאנישער בודזשעט געווארן באלאנסירט, און שפאניע איז אריינגעטראטן אין דער אייראזאנע.
זייט די 1990ער יארן זענען עטלעכע שפאנישע פירמעס געווארן פיל־נאציאנאל, און האבן פארשפרייט זייערע טעטיקייטן איןלאטיינישער אמעריקע , וואס האט שטארקע קולטורעלע פארבינדונגען מיט שפאניע.
אין די לעצטע פיר יארצענדלינגען האט טוריזם אין שפאניע געוואקסן צו ווערן דאס צווייטע גרעסטע אין דער וועלט, מיט א ווערט פון 40 ביליאן איירא, אומגעפער 5% פון דעםברוטא אינלענדישן פראדוקט , אין 2006.
בערך נאר 17 פראצענט פון שפאניעס קולטיווירטער ערד ווערט באוואסערט, אבער עס ווערט געשאצט אז דאס איז דער קוואל פון 40 צו 45 פראצענט פון דער ווערט פון געראט פראדוקציע און 50 פראצענט פון אגריקולטורעלן עקספארט. מער ווי העלפט פונעם באוואסערטן שטח איז איינגעפלאנצט מיטקוקורוזע ,פרוכטביימער אוןגרינסן . אנדערע אגריקולטורעלע פראדוקטן וואס האבן הנאה פון באוואסערונג שליסן אייןטרויבן ,באוול ,בוריקעס ,קארטאפל ,קטניות ,איילבירט ביימער,מאנגאס ,טאמאטעס און געפיטער גראזן. ווענדנדיק אויפן געראט, ס'איז מעגלעך אויף 10 פראצענט פון דער באוואסערטער ערד צו באקומען צוויי גערעטענישן אין א יאר.
די טראדיציאנעלע לאנדווירטשאפט פראדוקטן פון שפאניע—ציטרוס פרוכטן ,גרינסן ,תבואה ,איילבירטן אויל אוןוויין —זענען נאכאלץ וויכטיג.
אין יאר2001 זענעןליגניט (ברוינער קויל) אוןביטומענישער קויל (שווארצער קויל) די הויפט מינעראלישע רעסורסן פאר דעם שפאנישן ענערגיע מארק המחצבים; אין דעם געביט פון מעטאלן איז מערסט געווען צינק, און צווישן אינדוסטריעלע מינעראלן איז געווען בעיקרנאטריום כלאריד (טיש זאלץ). די הויפט קוילןמינעס געפינען זיך איןאסטוריאס פראווינץ און אין צפון פוןלעאן ; די מינעראלשיכטעס פון אייזן געפינען זיך ארום די שטעטסאנטאנדער אוןבילבאו ; אין דעם שטעטלאלמאדן לעבןסיודאד ריאל איז אמאל געווען א דייטיקע פראדוקציע־פעאיקייט פון דעם מעטאל [[קוועקזילבער .
שפאניע איז איינע פון דער וועלט'ס פירנדיקע לענדער אין דער אנטוויקלונג און פראדוקציע פון באנייבארער ענערגיע. אין 2010 איז שפאניע געווארן דערזונקראפט וועלט־פירער
שפאניע האט א צעטראליזירטע סיסטעם פון שאסייען, מיט זעקס שאסייען וואס פארבינדןמאדריד מיטבאסקנלאנד ,קאטאלאניע ,וואלענסיע ,מערב אנדאלוסיע ,עקסטרעמעדורע אוןגאליסיע .
שפאניע האט די ברייטסטע הויכגיך באן נעצווערק אין אייראפע, און די צווייטע ברייטסטע אין דער וועלט נאךכינע . אין אקטאבער 2010 האט שפאניע געהאט 3,500 ק"מ פון הויכגיך גערעלסן וואס פארבינדןמאלאגא ,סעווילע , מאדריד,בארצעלאנע , וואלענסיע אוןוואלאדאליד , מיט באנען וואס פארן ביז 300 ק"מ א שעה. די באנען זענען זייער פינקטלעך, מיט 98.54% וואס קומען אן צו דער צייט (די צווייטע אין דער וועלט, נאכן יאפאנישןשינקאנסען , מיט 99%).
אין שפאניע זענען 47 פובליקע פליפארטן. דער מערסט באשעפטיקט איז מאדריד, מיט 50 מיליאן פאסאזשירן אין 2011, דער 15טער מערסט באשעפטיקטער אין דער וועלט.