שטייןשטיין איןגעאלאגיע איז אנאטירלעכע פארהארטעוועטע צוזאמשמעלצונג פוןמינעראלן. די אויבערשטע שיכט פון דעםערד-פלאנעט איז שטיין, צוזאמענגעשטעלט נאטירליך פון מינעראלן. א שטיין קען זיין צוזאמענגעשטעלט פון איין מינעראל, ווי למשלקרייד, צוזאמענגעשטעלט פוןקאלציט, אדער פון עטליכע מינעראלן, וויגראניט, וואס איז צוזאמענגעשטעלט פוןקווארץ, פעלדשפאט און מיקא.
שטיינער ווערן צעטיילט אין דריי גרופעס: מאגמאטישע שטיינער, מעטאמארפישע שטיינער און אפזעץ-שטיינער.
מאגמאטישע שטיינער ווערן אויסגעפארעמט וועןמאגמא קילט זיך אפ אין דעם ערדקרוסט, אדער ווען לאווא קילט זיך אפ אויפן אויבערפלאך פון דער ערד, אדער אויפן ים-געלעגער. מעטאמארפישע שטיינער ווערן פארמירט, ווען עקזיסטירנדע שטיינער געפונען זיך אונטער הויך-דרוק אוןטעמפעראטורן וואס פארוואנדלט זיי צו דעם סארט שטיין.
צווישן די פארשידענע סארט שטיינער, איז דא די סארט וואס איז געאייגענט צו שארפן דערמיט אנדערע געצייג. צום ביישפיל; מעסערס און דיאמאנטן. און אין דעם אליינס איז דא ספעציעלע שטיינער וואס זענען געאייגענט בלויז פאר דעם אליינס, און אין פארשידענע פאזעס פון דער שארף ארבייט. צום ביישפיל; גלאט-שטיין, שארפ-שטיין, קיזל-שטיין, רייב-שטיין, שלייפ-שטיין.
די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון שטיין ווערט גערופןפעטראלאגיע.