Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

שוועדן

פֿון װיקיפּעדיע
קעניגרייך פון שוועדן

Konungariket Sverige

פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענטאייראפע
אָפֿיציעלעשפּראַךשוועדיש
הויפּטשטאָטשטאקהאלם
רעגירונגקאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
מלך
פּרעמיער מיניסטער
גוסטאוו קארל
ולף קריסטערסאָן
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענטוואַסער
449,964 קוואַדראַט ק"מ
57
8.7
באַפֿעלקערונג
-צאָל
-וועלט גראַדונג
-ענגקײט

9,354,462[1]
88
20.6 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$337.893 ביליאן[2] (33סט)
וואַלוטעשוועדישע קראנע
צײַט זאָנעצענטראלע אייראפעאישע צייט
אינטערנעט דאָמעןse.
טעלעפֿאָן קאָד46+

דאסשװעדן (שוועדיש:Sverige;סוועריע), אפיציעלדאס קעניגרייך פון שוועדן, איז אַ לאַנד אין דעם סקאנדינאווישן האלבאינזל איןצפון־אײראָפּע. שוועדן האט לאנד גרענעצן מיטנארוועגיע צו מערב אוןפינלאנד צו צפון־מזרח, און ים גרענעצן מיטדייטשלאנד,דענמארק אוןפוילן צו דרום, און מיטליטע,לעטלאנד,עסטלאנד אוןרוסלאנד צו מזרח. פון שוועדן קיין דענמארק איז דא א בריק־טונעל. זײַן הױפּטשטאָט איזשטאָקהאָלם, מיט א באפֿעלקערונג פֿון 800,000 אין דער שטאט און 2 מיליאן אינעם מעטראפאליטאנעם שטח.

שוועדן איז דאס דריטע גרעסטע לאנד אין דעםאייראפעאישן פארבאנד, מיט א שטח פון 450,295 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון שוועדן איז 9.3 מיליאן.

שוועדן איז איינער פון דישטאַטן מיט די גרעסטעלעבן ערווארטונג.

די אפיציעלע שפראך איזשוועדיש, זייט דעם 1טן יולי 2009; פריער האט שוועדן נישט געהאט קיין אפיציעלע שפראך. שוועדן האט פינף אפיציעלע מינדערהייט שפראכן:פיניש,יידיש,סאמי,מעאנקיעלי אוןראמאני.

שוועדן איז געווארן א מיטגליד פונעםאייראפעישן פארבאנד אום1995. דיוואלוטע איז דישוועדישע קראנע.

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
א קוק אויפן סטוראַ שעפֿאַלעט נאציאנאלן פארק

שוועדן געפינט זיך איןצפון אייראפע, מערב פונעםבאלטישן ים מיט א לאנגן בארטן, זייענדיק דער מזרח טייל פונעם סקאנדינאווישן האלבאינזל. צו מערב זענען די בערג וואס שיידן שוועדן פוןנארוועגיע.פינלאנד געפינט צו צפון־מזרח. אין ים זענען דא גרענעצן מיטדייטשלאנד,דענמארק,ליטע,לעטלאנד,עסטלאנד,פוילן אוןרוסלאנד, און א בריק־טונעל אין דרום־מערב פארבינדעט שוועדן מיט דענמארק.

שוועדן, מיט א שטח פון 449,964 קוואדראט ק"מ, איז דאס 55סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט,[3] דאס 4טעגרעסטע אין אייראפע (אויסשליסנדיק אייראפעאישן רוסלאנד) או דאס גרעסטע אין צפון אייראפע. דער העכסטער פונקט איזקעבנעלקייסע, הויך 2,111 מעטער איבערןים פלאך.

15% פון שוועדן ליגט צפון פונעםארקטישן קרייז. בערך 65% פון דעם גאנצן שטח איז באדעקט מיט וועלדער. די גרעסטע אינזלען זענען גאטלאנד און עלאנד. די גרעסטע אזערע איז ווענערן, די דריטע גרעסטע אזערע אין גאנץ אייראפע.

דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גרעסטע שטעט אין שוועדן זענגןשטאקהאלם (1,372,565 איינוואוינער),געטעבארג (549,839),מאלמא (280,415) אוןאופסאלא (140,454).

פאליטיק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שוועדן איז א קאנסטיטוציאנעלעמאנארכיע, און דער ראש מלוכה איז קארל גוסטאוו. דער פארלאמענט האט 349 מיטגלידער, און וואלן ווערן געהאלטן יעדע פיר יאר, דעם דריטן זונטאג אין סעפטעמבער.

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער גרעסטער טייל פון שוועדנס עקאנאמיע איז אינזשעניריע, מיט 50%. אויך זענען טעלעקאמוניקאציע און די אויטאמאבילן אינדוסטריע גאנץ וויכטיג.די צווי גרעסטע פירמעס זענעןוואלווא אוןעריקסאן.

דער שוועדישעררייקסבאנק, געגרינדעט אין 1668, איז דער עלצטער צענטראלבאנק אין דער וועלט.

קולטור

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שוועדן האט אנאציאנאלע ביבליאטעק וואס געפינט זיך אין שטאקהאלם.

רעליגיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שוועדן איז קריסטליך שוין א טויזנט יאר. טראדיציאנעל איז שוועדן אפראטעסטאנטיש לאנד.

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. Befolkningsstatistik.Statistiska centralbyrån.דערגרייכט דעם 2010-05-18.
  2. Sweden.International Monetary Fund.דערגרייכט דעם 2010-04-21.
  3. Country Comparison: Area.Central Intelligence Agency.Cia.gov.דערגרייכט דעם 19 August 2010.


 לענדער פוןאייראפע       

סואווערענע שטאטן
אונגארן ·אוקראינע ·אזערביידזשאן1 ·איטאליע1 ·איסלאנד ·אירלאנד ·אלבאניע ·אנדארע ·ארמעניע2 ·באסניע און הערצעגאווינע ·בולגאריע ·בעלארוס ·בעלגיע ·גרוזיע1 ·גריכנלאנד ·דייטשלאנד ·דענמארק3 ·האלאנד3 ·וואטיקאן שטאט ·טערקיי1 ·טשעכיי ·לוקסעמבורג ·ליטע ·ליכטנשטיין ·לעטלאנד ·מאלדאווע ·מאלטא ·מאנאקא ·מאנטענעגרא ·נארוועגיע3 ·סאן מארינא ·סלאוואקיי ·סלאוועניע ·סערביע ·עסטלאנד ·עסטרייך ·פארטוגאל3 ·פוילן ·פאראייניגטע קעניגרייך3 ·פינלאנד ·פראנקרייך1 ·ציפערן2 ·צפון-מאקעדאניע ·קאזאכסטאן1 ·קראאטיע ·רומעניע ·רוסלאנד1 ·שווייץ ·שוועדן ·שפאניע1

אפהענגיקע טעריטאריעס
אזארן ·גיבראלטאר ·גערנזי ·דזשערזי

נישט אנערקענטע שטאטן
אבכאזיע ·דאנעצקער מענטשנ'ס רעפובליק ·לוגאנסקער מענטשנ'ס רעפובליק ·קאסאווא4 ·צפון ציפערן


1 טייל פון דער טעריטאריע איז דרויסן פון אייראפע. 2 אינגאנצן איןמערב אזיע אבער מיט שטארקע סאציא-פאליטישע פארבינדונגען מיט אייראפע. 3 האט טעריטאריעס אינדרויסן פון אייראפע.4 קאסאווא האט דערקלערט זיין אומאפהענגיקייט פון סערביע דעם 17טן פעברואר 2008 און איז אנערקענט פון א טייל לענדער.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=שוועדן&oldid=598208"
קאַטעגאָריע:

[8]ページ先頭

©2009-2026 Movatter.jp