דער רשות־הרבים שיקט אָפּ צו אַ ווערק וואָס יעדער איינער קען באַניצן און בייטן, אַדער אַן אָרט דורך וועלכן יעדער איינער קען גיין. דער רשות־הרבים איז וויכטיק אין ביידעיידישער אוןוועלטלעכער יוריספּרודענץ.
איןיוריספּרודענץ, שיקט אָפּ דער רשות־הרבים צו די ווערק אויף וועלכע מען האָט נישט קייןדרוקרעכט. למשל דימעשׂיות געשריבן דורךשלום עליכמען, דיוויקיפעדיע, דערתּנ"ך און אַלעפּראָגראַמוואַרגן וואָס ווערן באַשאַפֿן פֿאַר1974 זענען אינעם רשות־הרבים.
אַ ווערק קען ווערן אינעם רשות־הרבים דורך עטלעכע אופֿנים. אַלטע זאַכן וואָס מען האָט באַשאַפֿן פֿאַר עקסיסטירט דרוקרעכט, אָדער פֿאַר וועלכער דאָס דרוקרעכט זענט אויסגעגאַנגען זיינן אינעם רשות־הרבים. אַנדערע ווערק האָט מען באַשטימט אינעם רשות־הרבים פֿון אָנהייב.
דער רשות־הרבים איןייִדישקייט איז אַן אויפֿגעדעקטע קהלשע אָרט ברייט לפֿחות 16 אמות. להבֿדיל, דעררשות־היחיד איז פּריוואַט־אייגנס. מע קאָן נישט עפּעס טראָגן 4 אמות אין רשות־הרבים, אָדער אַריבערטראָגן עפעס צווישן רשותן שבת לויט הלכה (זעטעירוב).