פיל פון די גאונים זענען געווען ראציאנאליסטן.סעדיה גאון, פון די ערשטע אידישע ראציאנאליסטן נאכן חתימת התלמוד, האט אין זיין ווערקאמונות ודעות געפרואווט איבערווייזן די אידישע יסודות הדת אויף א ראציאנאליסטישן אופן.
נאך דער תקופת הגאונים, איז דער גאונימישער ראציאנאליסטישער שטריך אריבער צו די ספרדישע לענדער.ר' אברהם אבן עזרא איז געווען א פראמינענטער ראציאנאליסט. זיין פירוש אויף דיתורה איז באזירט אויף פשט, און פון דרש לאכט ער געווענטליך אפ. זיין מהלך אין אזעלכע ענינים ווי השגחה פרטית און נסים אויף אן אומנאטירליכען שטייגער איז אויך שטרענג ראציאנאליסטיש.
נאכפאלגנדיג סעדיה גאון האט דעררמב"ם שטארק אויסגעברייטערט און באפעסטיגט די יסודות פון אידישע ראציאנאליזם. דעם רמב"ם'סמורה נבוכים איז א פיאנירישע ווערק ווי ער ארבייט אויס די אידישע רעליגיע געבויעט אויף די ראציאנאליסטישע יסודות פוןאריסטו און די אראבישע פילאזאפער פונעם רמב"ם'ס תקופה.
אוןאגרת תימן שרייבט דער רמב"ם אז מאנכע שוטים מיינען אז ווי מער מען טייטשט אריין פאנטאסטישע אומנאטירלעכע נסים'דיגע געשעענישן אין די תורה, אלס מער ווער די כבוד פוו גאט דערהויבן. דער אמת איז אבער פונקט פארקערט, אז גאט פירט די וועלט מיט א סדר און צו זאגן אז ער דארף אפנויגן פונעם ארדער כדי צו באשטראפן רשעים אדער באגליקן צדיקים, איז בכלל נישט קיין כבוד פאר גאט. אדרבא, ווי ווייניגער ער דארף אפנויגן פון דעם סדר, אלץ גרעסער איז עס א כבוד פאר גאט.