Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

קראפט

פֿון װיקיפּעדיע

קראפט איז דער אורזאך פון אאביעקט מיטמאסע זיך צורוקן פון איין פלאץ צום צווייטן.

מאטעמאטיש ווערט א קראפט באשריבן דורך אוועקטאר.

אין דעראינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן מעסט מען קראפן איןניוטאנען (N).

א קראפט וואס ווירקט אויף א קערפער קען ענדערן דעם מצב פונעם קערפער, אדער דערקעגנען אן אנדער קראפט וואס ווירקט אויפן קערפער.

דער צווייג פוןפיזיק וואס באשעפטיקט זיך אין דער באוועגונג פון קערפער דורך קראפט איזדינאמיק, און די טעאריע איז באזירט אויףניוטאנס דריי געזעצן פון באוועגונג, וואס שילדערן די באציאונג צווישן קראפט און באוועגונג:

טאמער די מאסע ענדערט זיך נישט, קען מען איבערגעבן דעם געזעץ אין דעם פארמאט: דיאקצעלעראציע פון א קערפער איז פראפארציאנעל צו דער קראפט וואס ווירקט אויך אים. מאטעמאטיש:F=ma=md2rdt2{\displaystyle {\vec {F}}=m{\vec {a}}=m{\frac {d^{2}{\vec {r}}}{dt^{2}}}}.
  • ניוטאנס דריטער געזעץ שטעלט פעסט אז קעגן יעדער קראפט ווירקט א קראפט מיט דער זעלבער גרייס אין דער פארקערטער ריכטונג.

סארטן קראפטן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין פיזיק איז פאראן פיר יסודותדיקע קראפטן:

  1. גראוויטאציע - יעדער אביעקט וואס האט א מאסע ציט צו זיך אנדערע אביעקטן מיט א מאסע.
  2. עלעקטראמאגנעטישע קראפט - די קראפט ווירקט אויף טיילעכלעך מיט אןעלעקטרישער לאדונג וואס באוועגן זיך.
  3. שטארקע נוקלעארע קראפט - וואס האלט צוזאמען די טיילעכלעך אין דעם אטאמישן קערן.
  4. שוואכע נוקלעארע קראפט - וואס פועלט ביי בעטא צעפאל, א סארטראדיא־אקטיוויטעט.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=קראפט&oldid=495809"
קאַטעגאָריע:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp