קלימאַט באדייט די דורכשניטוועטער באדינגונגען אין א געוויסן ארט במשך א לענגערער צײַט. דער קלימאט איז די לאנג-משכ'דיקע פארויסזאגנדיקע לאגע פֿון דעראטמאספער. עס ווירקן אויף אים פֿיזיקאלישע אייגנשאַפֿטן וויבערג,טייכן,מדבריות, אראפדריקונגען און נאך.
די עיקר עלעמענטן פֿוןוועטער און קלימאט:טעמפעראטור,לופטדרוק,ווינט, אפזעץ (רעגן,שניי,טוי),פייכטקייט אוןזונשיין. זיי העלפֿן מענטשן צו באשרײַבן די צושטאנדן פון וועטער און קלימאט.
די מערסטע גענוצטע קלאסיפיקאציע סיסטעם פון קלימאט איס די פוןוולאדימיר קעפן. מען גיט נעמען פאר די פארשידנארטיקע קלימאטן למשל:מילד,פארטרוקנט, קאלט, טרוקן,טראפיש, עקוואַטאריש, מיטלענדיש.
דיגעאגראפישע ברייט פון אן ארט איז שטארק משפיע אויף זיין קלימאט.
דיוועטער ווייסט יעדער וואס עס מיינט. דאס איז דיטעמפעראטור,ווינט שנעלקייט,פייכטקייט און טרוקנקייט,זון אדערוואלקן פון יעדע באזונדערע געגענט. יעדעגעגענט האט זיך איר אייגענעוועטער אויסשטעל און אויב עס רעגנט איןניו יארק סיטי מיינט נאך נישט אז עס רעגנט איןאלבאני. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז וועטער איז א קורצעטערמין וועלכע איז שייך צו א לאקאלעגעגענט און יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטערס.
קלימאט איז די אויסשטעל פון די וועטערס פון א גרויסע ראיאן אין א לאנגע טערמין. אקלימאט ווערט באצייכנט אויף די דורכשניטליכע וועטערסזומער אוןווינטער פון אייןראיאן אין משך פון א לענגערע צייט. צום ביישפילניו יארק האט אקאלטע קלימאט אין דיווינטער מיט אסאךשניי אוןווינטן און א הייסע שטיקיגעזומער מיט אסאך פייכקייט. דאס איז געזאגט אויף גאנץניו יארק און אירע ארומיגע סטעיטס כאטש די וועטער אויסשטעל אינערהאלב די שטעט זענען קיינמאל נישט די זעלבע.
קלימאט קען גערעכנט ווערן אויף קלענערע און גרעסערע דורכשניטליכקייטן. מען קען באצייכנען א סטעיט אדער ראיאן וואספארא קלימאט זי האט און אזוי אויך קען מען באצייכענען א גאנצעקאנטינענט וואספארא קלימאט זי פארמאגט כאטש איין העלפט איז קאלט און די אנדערעווארעם.
די טערמין צו באטראכטן קלימאט איז זייער לאנג. מען דארף צוריק קוקןהונדערטעריארן צו קענעןשטודירן און פארשטיין די קלימאט פון אראיאן. יעצט אויב עס מאכט זיך אין א געגענט אווינטער אדער צוויי וועלכע זענען נישט קאלט אדער עס פאלט ווייניגערשניי, איז עס נאך נישט קיין שום צייכן אז עס האט פאסירט א טויש אין קלימאט ווייל דער דריטער ווינטער קען צוריק ווערן קאלט און יא פאלן אסאך שניי און דעמאלט זעט מען אז די געוועזענע צוויי ווינטערס זענען נאר געווען ווי א בארואיגונגס צייט אפשניט אינעם קלימאט.
ראיאנען מיט אאונטערארקטישן קלימאט (האבן א לאנגען ווינטער, אפטמאל זייער קאלט, און קורצע ווארעמע זומערן).
טראפישער קלימאטן האבן ווארעמע טעמפעראטור און צויי סעזאנען; נאַס און טרוקן.
דער מיטלענדישער קלימאט איז געוויינטלעך ווארעם און טרוקן אין זומער, קאלט און נאס אין ווינטער.