אקאָמאַנדיר (ענגליש:commander) איז א מענטש, וואס געפונט זיך אין אןארגאניזאציע, באזירט אויף ראנגן. דער וואס טראגט די ראנג פון קאמאנדיר, האט פולע רעכט ארויסצוגעבן באפעלן, באשלוסן אדער אנווייזונגען. געווענליך אין אן ארגאניזאציע וואס ארבעט אויף שנעלקייט, און פונקטליכקייט ווימיליטער,פאליציי,פייערלעשער, און אויף אשיף.
געווענליך וועט אזא איינער אריבערגיין א קורס צו קענען ווערן א קאמאנדיר, אבער נישט אייביק האלט עס אפ פון מענטשן, צו באקומען די ראנג.
די קורס צו קאמאנדירן איז א לאנגע וואס דורכאויס דעם קורס לערנט זיך דער קאדעט אויס ווי צו רעדן, פירן, נישט ווערן פארלוירן פאר אסאך מענטשן. איןאפיצירן קורס, וואסזעלנער גייען אריבער צו ווערן אפיצירן, רעכנט עס אריין טרענירונגען, און אסאך שטרויכלונגען ווערן פרובירט ווי אויףעטיק, און אויף די ווערטן. איןצה"ל, איז די מינדעסטער קורס 4 מאנאטן, און צו ווערן א שיפס אפיציר געדויערט איבער 2 יאר.