חותם קליפורניה
קאליפארניע אין די פאראייניגטע שטאטןקאַליפארניע איז איינע פון די פופציג שטאטן פוןאמעריקע. איר הויפטשטאט איזסאקראמענטא.
עס געפונט זיך מער צו מערב זייט לעבן דערגרענעץ פוןמעקסיקא און בעיקר לעבן די וואסערן פוןפאציפישן אקעאן.
פון אירע גרויסע באקאנטע שטעט זענעןלאס אנדזשעלעס,סאן פראנציסקא, אוןסאן דיעגא.
פון די אינטערעסאנטע זאכן אין קאליפארניע, איז דער "גאלדענער טויער בריק" איןסאן פראנציסקא. די סעקוואיע ביימער אין סעקוואיע פארק, זיי דערהויבן זיך צו א הויך פון הונדערט מעטער (דריי הונדערט פוס). צווישן זיי געפינט זיך דערגענעראל שערמאן, א ריזן בוים וואס איהר הויך דערגרייכט פינף און אכציג מעטער, איהר שטאם איז לערך איין און דרייסיג מעטער אין ארומנעם. מען שאצט אז דער בוים איז אלט איבער פיר טויזנט יאר.
די אפיציעלע שטאַט בלום פון קאליפארניע איז דאסקאליפארניער מאנרענדל.
דזשערי בראון איז גאווערנאר.
קאליפארניע׳ס עקאנאמיע ראנגירט מיט די גרעסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. אין 2018 איז דער ברוטא שטאַט פראדוקט געווען $3.0טריליאן ($76,000 פער מענטש), די גרעסטע אין דיפאראייניגטע שטאטן.[1] קאליפארניע איז פאראנטווארטלעך פאר 1/7 פון די פאראייניגטע שטאטנ׳ס אומגעפער $20 טריליאן ברוטא אינלענדישן פראדוקט (בא״פ).[2] ווי אין 2018, איז קאליפארניע׳ס נאמינאלן בא״פ גרעסער פון אלע לענדער אחוץ פיר (דיפאראייניגטע שטאטן ,כינע,יאפאן אוןדייטשלאנד).[3][4] אין טערמינען פוןקויפקראפט-פאריטעט terms ofPurchasing Power Parity,[5] איז זי גרעסער פון אלע לענדער אחוץ אכט (די פאראייניגטע שטאטן, כינע, אינדיע, יאפאן, דייטשלאנד, רוסלאנד, בראזיל און אינדאנעזיע).[6]
דיבאפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 39,538,223, די מערסטע אין די פאראיינגטע שטאטן.
איו קאליפארניע וואוינען 235.7 מענטשן פער סקווער מייל, די דרייצנטע מערסטע אין די פאראייניגטע שטאטן.
די מערסט פֿאַרשפרייטע רעליגיעס אין קאליפֿארניע זענעןפראטעסטאנטיזם אוןקאטאליציזם. אויך זענען דא יידן, מוסולמענער, הינדו און בודהיסטן.