Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

צפון קארעע

פֿון װיקיפּעדיע
דעמאקראטישע מענטשנ'ס רעפובליק פון קארעע
조선민주주의인민공화국
Chosŏn Minjujuŭi Inmin Konghwaguk
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענטאזיע
אָפֿיציעלעשפּראַךקארעיש
הויפּטשטאָטפיאנגיאנג39°2′N125°45′E /39.033°N 125.750°E /39.033; 125.750
רעגירונגקאמוניסטישעדיקטאטורשאפט
פארזיצער
פּרעמיער מיניסטער
קים דשאנג און
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענטוואַסער
120,540 קוואַדראַט ק"מ
98
0.1%
באַפֿעלקערונג
-צאָל
-וועלט גראַדונג
-ענגקײט

22,912,177
47
190 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$30,880 מיליאן (93סט)
וואַלוטע
צײַט זאָנעUTC + 9
אינטערנעט דאָמעןkp.
טעלעפֿאָן קאָד850+
מאפע

דידעמאקראטישע מענטשנ'ס רעפובליק פון קארעע אדער מער פאפולער מיטן נאמעןצפון קארעע, איז א מזרחאזיעלאנד פלאצירט אויפןצפון האלב פון דעםקארעעישן האלבאינזל.

אירהויפטשטאט איזפיאנגיאנג.

אירצפוןגרעניץ איז איינגעטיילט מערסטענס מיטכינע, כאטשיג א גוטע 11 מייל איז איינגעטיילט מיטרוסלאנד לענגאויס דעםטומאן טייך, און די ווייטער צפון-מזרח ווינקל פון דאס לאנד.

צו איר דרום זייט, טוט זיך דאס גרענעצן מיטדרום קארעע, מיט וואס עס איז אמאל געווען פאראייניקט אין אקארעעישעראימפעריע ביז דער טיילונג נאך דערצווייטער וועלט מלחמה.

צפון קארעע איז געווארן א נוקלעארע מאכט אום 2006, נאכפאלגנדיג עטליכע סוקסעספולע נוקלעארע און באליסטישע פראבעס. זי פארמאגט א געשאצטע עטליכע צענדליגע נוקלעארע שפיצן אויף באליסטישע מיסילס וועלכע קענען גרייכן א ווייטקייט פון עטליכע טויזנט קילאמעטער.

גרינדונג פון צפון קארעע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועןיאפאן האט קאפיטאלירט, איז דער קארעער האלב אינדזל צעטיילט געווארן, צפון צו סאוועט רוסלאנד, און דרום צו די אנדערע אליאירטע קרעפטן. דורכאויס 1948, און אין 1949, האבן די ארמייען פון די לענדער ארויסגעטרעטן פון קארעע, די גרענעץ צווישן די סאוועטיש קאנטראלירטע צפון, און די דעמאקראטישע דרום, איז געווען לענג אויס דיגארטל ליניע (געאגראפיע) 38°. די רוסן האבן אויפגעשטעלט א לאנד פון קאמוניסטישן מאדעל, אנגעפירט דורך אן ארבעטער ראט, דער פארזיצער איז געווען קים איל סאנג. ער האט שנעל נאציאנאליזירט אלע פריוואטע געשעפטן און אייגנטומס, און צעטיילט די לאנדווירטשאפט גלייך צו אלע ערד ארבעטער.

קארעע קריג

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין1950, האט אויסגעבראכן דיקארעע קריג, קים איל סאנג האט געוואלט הערשן, אויף א פאראייניקטע קארעע, מיט א גוט אויסמושטירטעארמיי, און אסאך וואפן פון רוסלאנד, און פוןכינע.סטאלין האט נישט געוואלט שטיצן א קריג אין ווייטן אזיע פון אנהייב, שפעטער האט ער איינגעגעבן, נאכן אנטוויקלען פון יאדערישע וואפן, און רוסלאנד איז געווארן א נוקלעארער גרויסמאכט.

דרום קארעע, פון די אנדערע זייט, האט געהאט א שוואך אויפגעשטעלטע ארמיי, און אומערפארן, און האט נישט געהאט דעמאלט די שטיצע פון אנדערע לענדער. אויפן25סטן יוני 1950, האט דער צפון אנגעהויבן זייער אינוואזיע, און שנעל פאראויס מארשירט, מיט קנאפע ווידערשטאנד, און האבן איינגענומעןסעאל.

אוםאקטאבער האט דיפאראייניקטע פעלקער, וואס האט אריינגעשיקט אן ארמיי אפצושלאגן די קאמוניסטישע אנגריף, האט אין די קאנטער-אטאקע, איינגענומעןפיאנגיאנג, די קאמוניסטישעהויפטשטאט, די רעגירונג איז אנטלאפן קיין כינע.

איןנאוועמבער, האבן א האלב מיליאן כינישע זעלנער, זיך אנגעשלאסן צו די צפון קארעעישע ארמיי, און האבן צוריק איינגענומען די קאמוניסטישע הויפטשטאט איןדעצעמבער1951, און סעאל איןיאנואר1952.

מערץ 1952, האבן די טרופן פון די פאראייניקטע פעלקער, ווידעראמאל אטאקירט און צוריק איינגענומען סעאל, און מארשירט פאראויס קיין צפון. אין1953, איז אונטערגעשריבן געווארן אפייער שטילשטאנד אפמאך, צווישן די צפון מיט כינע, מיט די דרום און די פאראייניקטע פעלקער קרעפטן. די גרענעץ איז צוריק געשטעלט געווארן, ווי עס איז געווען איידער דיקריג האט אויסגעבראכן.

דורכאויס די יארן, זענען פילע פראוון געמאכט געווארן צו שליסן אן אפציעלן שלום אפמאך צווישן דעם קאמוניסטישן צפון מיט דרום קארעע און אירע אליאירטע, אבער אן ערפאלג.

אין 2018 האט דער אמעריקאנער פרעזידענטדאנאלד טראמפ זיך געטראפן מיטן צפון קארעער פירערקים דשאנג און אויף א ספעציעלן סאמיט איןסינגאפור, אפצייכנענדיג דעם ערשטן מאל זייט דעם קארעער קריג וואס די פירער פון די צוויי לענדער טרעפן זיך.

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן ·אזערביידזשאן ·אינדאנעזיע ·אינדיע ·איראק ·איראן ·אָמאַן ·אפגאניסטאן ·ארמעניע ·בהוטאן ·באכריין ·באנגלאדעש ·ברוניי ·גרוזיע ·דרום קארעע ·וויעטנאם ·טאדזשיקיסטאן ·טורקמעניסטאן ·טיילאנד ·טערקיי ·יאפאן ·יארדאניע ·ישראל ·כינע ·לאַאָס ·לבנון ·מאלדיוון ·מאלייזיע ·מאנגאליי ·מזרח טימאר ·מיאנמאר ·נעפאל ·סאודי אראביע ·סיריע ·סינגאפור ·סרי לאנקא ·פאקיסטאן ·פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ·פיליפינען ·ציפערן ·צפון קארעע ·קאזאכסטאן ·קאטאר ·קאמבאדיע ·קואווייט ·קירגיזסטאן ·רוסלאנד ·תימן
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=צפון_קארעע&oldid=532462"
קאַטעגאָריע:
באהאלטענע קאטעגאריע:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp