צפון אמעריקע איז דער צפונדיקערקאנטינענט פון די אמעריקעס,[1] פלאצירט אין דערערד'סצפון האלבקוגל און כמעט אינגאנצן אינעםמערב האלבקוגל. איר צפון גרענעץ איז בייםארקטישן אקעאן, צו מזרח איז דער צפוןאטלאנטישער אקעאן, צו דרום־מזרח דערקאראאיבישער ים, און צו מערב דער צפוןפאציפישער אקעאן.דרום אמעריקע געפינט זיך צו דרום־מזרח. צפון אמעריקע באדעקט אשטח פון אומגעפֿער 24,709,000 קוואדראט ק"מ, בערך 16.5% פונעם ערד־פלאנעט׳ס שטח און בערך 4.8% פון זיין גאנצן אייבערפלאך. צפון אמעריקע איז דער דריטער גרעסטער קאנטינענט לויט שטח, נאךאזיע אוןאפריקע,[2] און דער פערטער לויט באפעלקערונג, נאך אזיע, אפריקע אוןאייראפע.[3] אין 2013, האט מען אפגעשאצט אירבאפעלקערונג קרוב צו 579 מיליאן מענטשן אין 23 אומאפהענגיקע לענדער, ד״ה אומגעפער 7.5% פון דער וועלט׳ס באפעלקערונג, אויב מען שליסט איין די נאנטע אינזלען (ספעציעל דיקאראאיבן) .
כמעט גאנץ צפון אמעריקע ליגט אויף דער צפון אמעריקע פלאטע. טיילן פון מערב מעקסיקע, איינשליסנדיק באיא קאליפארניע, און פוןקאליפארניע, כולל די שטעטסאן דיעגא,לאס אנדזשעלעס אוןסאנטא קרוז ליגן אויפן מערב עק פון דער פאציפישער פלאטע; די צוויי פלאטעס קומען צוזאמען לענגאויס דעם סאן אנדרעאס שפאלט. דער דרומדיקסטער טייל פונעם קאנטינענט און א גרויסער טייל פון די מערב אינדישע אינזלען ליגן אויף דער קאראאיבישער פלאטע.
עס ווערט אפגעשאצט אז די ערשטע איינוואוינער פון דעם קאנטינעט, דיאינדיאנער און דיעסקימאסן, זענען געקומען פוןאזיע אריבער דעםבערינג דורכגאס צום געגנט פוןאלאסקע, און פון דארטן האבן זיי אנגעהויבן צו באזעצן דעם קאנטינענט. די אינדיאנישע שבטים האבן געוואנדערט ביז זיי זענען אנגעקומען קייןמעקסיקע אוןצענטראל-אמעריקע, וואו זיי האבן אויפגעשטעלט וואונדערליכע קולטורן ווי דיאלמעקישע,מאיא אוןאזטעק, א לאנגע צייט איידער די ערשטע אייראפעער זענען דארט אנגעקומען. די ערשטע אייראפעאישע באוואוינער אין צפון אמעריקע זענען געווען נארדישע קאלאניסטן פוןאיסלאנד, וואס אין דעם11טן יארהונדערט האבן זיי אויפגעשטעלט דיווינלאנד זידלונג (וואס האט זיך נישט לאנג געהאלטן) אין דרום-מזרח פון היינטיקערקאנאדע. פינף הונדערט יאר נאכהער, אין דעם16טן יארהונדערט, האבן שפאניער זיך באזעצט אויף די בארטנס פון דעםאיינגאס פון מעקסיקע, וואס האט געברענגט צו א כוואליע פון קאלאניזאציע אין צפון אמעריקע. נאך זיי זענען געקומען די פראנצויזן, וואס האבן זיך באזעצט אויף די ברעגן פון דעםטייך מיסיסיפי און דעם טייךסאנט לארענס, און די בריטישע, וואס האבן קאלאניזירט דעם מזרח בארטן. שפעטער האט מען געברענגט שווארצע שקלאפן פוןאפריקע צו ארבעטן אין די באוול־פלאנטאציעס אין דעם דרום טייל פון די פאראייניגטע שטאטן. פון דעם18טן יארהונדערט זענען געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע א כסדרדיקן שטראם פון אימיגראנטן פון אלע טיילן פוןאייראפע. אינעם19טן יארהונדערט זענען געקומען א סך אימיגראנטן אויך פון דעם מזרח, פוןכינע אוןיאפאן.
די מערסט־פארשפרייטע שפראך אין צפון אמעריקע איזענגליש, אויסער געוויסע טיילן פון קאנאדע, אוןהאיטי, וואו מען רעדטפראנצויזיש, און מעקסיקע, וואו מען רעדטשפאניש.
↑David Waugh(2000)."Manufacturing industries (chapter 19), World development (chapter 22)",Geography, An Integrated Approach, 3rd,Nelson Thornes Ltd.,563, 576–579, 633, and 640.ISBN 0-17-444706-X.