Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

פורים

פֿון װיקיפּעדיע
המן־טאַשן
המן טאש פון מילוי טייטל

פורים איז א יידישעריום טוב וואס ווערט געפייערטי"ד אדר, און ביי פארפאנצערנע שטעט וואס זיינען פארפאנצערט נאך פוןיהושע בן נון'ס צייטן (היינט איז דאסירושלים אוןשושן) ווערט ער געפייערטט"ו אדר, דער טאג ט"ו אדר הייסט אין דער גאנצער וועלט (אחוץ ירושלים) "שושן פורים".

שטאמונג

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צווישן די יארןג'ת"ד צוג'ת"ה ווען דאסקעניגרייך פוןפרס האט געהערשט איבעראזיע, האטהמן, איינער פון די גרויסעמיניסטארן פוןקעניגאחשוורוש, געפלאנט צו פארלענדן דאסיידישע פאלק, אבער דורךאסתר המלכה די ווייב פון אחשוורוש און איר שוועסטערקינדמרדכי הצדיק, איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן פון דער שווערער גזירה.

מצוות און מנהגים

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פורים משולש (דרייפאכיגער פורים)

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען פורים געפאלט פרייטאג און שושן פורים שבת, האלטן די באפעסטיקע שטעט א דרייפאכיגן פורים, ווייל חז"ל האבן מתקן געווען נישט צו ליינען די מגילה שבת. דער סדר איז אזוי:

דער טעם פארוואס מתנות לאביונים איז צוגעטשעפעט צום מגילה ליינען, זאגט די גמרא (מסכת מגילה) ווייל די ארעמעלייט קוקן אויף דעם מגילה ליינען. דער טעם פארוואס די מצוה פון שלח-מנות איז צוגעטשעפעט צו דער פורים סעודה איז ווייל מ'שיקט שלח-מנות בכדי יעדער איינער זאל האבן וואס צו עסן ביי דער סעודה.

דער מקור פונעם דין אפצושטופן די סעודה אויף זונטאג געפונט זיך אין דערירושלמי. אזוי ווי דער ענין ווערט נישט אדורכגערעדט איןבבלי נעמען אן רובפוסקים די שיטה פונעם ירושלמי אז מען מאכט די סעודה און מען שיקט שלח-מנות זונטאג.

פורים קאסעטעס

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פורים קאסעטעס איז היינט שוין א רייכע אוצר פון אלטע און פרישע סחורה, וואס זענען געאייגענט אויף צום לאכן, און זיי ערשיינען לכבוד פורים.

כמעט יעדעס יאר ערשיינען פרישע פורים קאסעטעס, [צי אין סידי פארעם], וואס ווערן אויפגעכאפט צווישן די וואס גלייכן די וויצלדיגע שפראכן פון די יידישע בדחנים, קאמיקער, און אקטיארן.

אין די פריערדיגע תש"מ יארן איז ר'חיים באנעט ערשינען מיט עטליכע אזעלכע סארטן, ווי צום ביישפיל:פורים בודאפעסט,מקהלת בודאפעסט. שפעטעריואל לעבאוויטש מיטפורים בעילאויט,בונדאש, און נאך. אוןמנשה לוסטיג מיט זיין באקאנטע פורים אוידיאוצעפראסקעט.


ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת |ראש השנה |צום גדליה |יום כיפור |סוכות |הושענא רבא |שמיני עצרת -שמחת תורה |חנוכה

עשרה בטבת |ט"ו בשבט |תענית אסתר |פורים |פסח |ספירת העומר |פסח שני |ל"ג בעומר

שבועות |שבעה עשר בתמוז |ימי בין המצרים |תשעה באב |חמשה עשר באב

ראש חודש |חול המועד |תענית

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=פורים&oldid=599558"
קאַטעגאָריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp