Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

פוילן

פֿון װיקיפּעדיע

רעפובליק פון פוילן
Rzeczpospolita Polska
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענטאייראפע
אָפֿיציעלעשפּראַךפויליש
הויפּטשטאָטווארשע52°13′N21°02′E /52.217°N 21.033°E /52.217; 21.033
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אַנדריי דודאַ
מאַטעאוש מאראַוויעצקי
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענטוואַסער
312,679 קוואַדראַט ק"מ
70
2.6%
באַפֿעלקערונג
-צאָל
-וועלט גראַדונג
-ענגקײט

38,533,299
34
122 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע512,890 מיליאן $ (23סט)
וואַלוטעזלאטי
צײַט זאָנעצענטראל-אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאָמעןpl.
טעלעפֿאָן קאָד48+

פּוילן (פּויליש:Polska), אפיציעל דירעפובליק פון פוילן (פּויליש:Rzeczpospolita Polska;קאַשוביש:Pòlskô Repùblika;שלעזיש:Polsko Republika), איז א לאנד איןאײראָפּע וואס גרענעצטדײַטשלאַנד צו מערבֿ;טשעכײַ אוןסלאָוואַקײַ צו דרום;אוקראַינע,בעלאַרוס אוןליטע צו מזרח; און דעםבאלטישן ים אוןקאַלינינגראַדער אָבלאַסט,רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ,[1] אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן,[1] איז פוילן דאס34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט[2] און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטעמיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. פוילן איז אןאיינהייטלאנד מיט 16וואיעוואדעשאפטן. זײַן הױפּטשטאָט איזװאַרשע.

פוילן איז א מיטגליד פונעםאייראפעישן פארבאנד,נאטא, דיפאראייניגטע פעלקער, דיוועלט האנדל ארגאניזאציע, דיארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD),אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן,אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור,אייראפע ראט,ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע,אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור אוןG6.

די אפטייטש פוןפוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –היסטאריע פון פוילן

די גרענעצן פון פוילן האבן זיך שטענדיג געריקט אהין און אהער, אויך זענען געווען צייטן ווען פוילן איז בכלל נישט ערשינען אויף דער מאפע אלס א זעלבשטענדיק לאנד.


צווישן די צוויי וועלט מלחמות

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


נאך דער קאמונסיטשער אימפעריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געאגראפֿיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פוילן ציט זיך אויף א שטח פון 312,677 קמ"ר, עס גרענעצט זיך מיט זיבן לענדער און איין ים. די הויפטשטאט איז ווארשא, פוילן פֿארמאגט 42 מיליאן איינוואוינער.

אנדערע גרויסע שטעט זענען:קראקע, וואס איז אמאל געווען די הויפטשטאט אין לויף פון 500 יאר,לאדזש,פאזען,ווראצלאוו (ברעסלוי), גדאנסק (דאנציג),שטשעטשין,קאטאוויץ,לובלין.

די זיבן לענדער וואס זי גרענעצט זיך זענען די פאלגנדע:דייטשלאנד אין מערב,טשעכיי אוןסלאוואקיי אין דרום,אוקראינע אוןבעלארוס אין מזרח אוןליטא אוןרוסלאנד אין צפון מזרח; ביי צפון זייט גרעניצט זיך מיטןבאלטישן ים.

מער פון זעכציג פראצענט פון די פוילישע בירגער וווינען אין שטעטלעך און דערפער, די איבעריגע וואוינען אין די גרויסע שטעט ווי קראקא, ווארשא, א.ד.ג.

פוילן האט זיך אין די לעצטע יארן גאר אסאך גערוקט אויף פאראויס מיט דעמאקראטיע און מאדערנקייט, עס איז אינגאצען נישט צוצוגלייכן צו וואס פוילן איז געווען ביז די תש"נ יארן, אלע באקוועמליכקייטן וואס מען געפינט אין אמעריקא איז דארט אויך דא צו געפינען, אבער פונדעסטוועגן ווערט נאך די טראדיציאנעלע אלטמאדישקייט אפגעהיטן אין די קליינע דערפלעך, צווישן זיי רוב פון די קברי צדיקים וואס מען רייזט ארום.

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אדמיניסטראציע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייטן 1טן יאנואר 1999 איז פוילן איינגעטיילט אין 16 פראווינצן.

וואיעוואדעשאפט (פראווינץ)הויפטשטאט (אדער שטעט)
פויליש
גרויספוילןWielkopolskieפויזן
קויאוויע-פאמעראניעKujawsko-Pomorskieבידגאש /טארון
קליינפוילןMałopolskieקראקע
לאדזשŁódzkieלאדזש
אונטערשלעזיעDolnośląskieווראצלאוו
לובליןLubelskieלובלין
לובושLubuskieGorzów Wielkopolski /Zielona Góra
מאזאוויעMazowieckieווארשע
אפאלעOpolskieאפאלע
פאדלאכיעPodlaskieביאליסטאק
פאמעראניעPomorskieדאנציג
שלעזיעŚląskieקאטאוויץ
אונטער-קארפאטיעPodkarpackieריישע
שווענטאקזשיסקיעŚwiętokrzyskieקעלץ
ווארמיע-מאזוריעWarmińsko-Mazurskieאלשטין
מערב פאמעראניעZachodniopomorskieשטעטין

קולטור

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביים סוף פונעם 18טן יארהונדערט האט פוילישע קלאסישע מוזיק אנטוויקלט אין נאציאנאלע פארעמען ווי דערפאלאנעז. אינעם 19טן יארהונדערט זענען די מערסט פאפולערע קאמפאזיטארן געווען יאזעף אייזנער און זיינע תלמידיםפרעדעריק שאפען און איגנאצי דאבזשינסקי.


טוריסטישע אנווייזונגען

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען מעג אריינברענגען אין פוילן בלויז ביז 5000איירא.

די פוילישע מטבע איז דער זלאָטע, וואס דאס ווערט צעטיילט אויף 100 גראָשין. 5 ערליי שטרות איז דא דארט, וואו פאלגנד: 10, 20, 50, 100, 200 זלאטעס. און 9 ערליי מטבעות: 1, 2, 5, 10, 20, 50 גראשין.

דער צוגלייך צו אויסלענדישע מטבעות איז ווי פאלגנד: אמעריקאנער 1 דאלער: 4.03 זלאטע. ישראל'דיגער 1 ש"ח: 0.96 זלאטע. 1 איירא: 3.70 זלאטע.

מען קען איבעראל געפונען געוועלבן וואס זענען געאייגנט אויפצוטוישן מטבעות, אין פויליש ווערט דאס גערופען "קאַנטאָר".

פּאָסט וואס מען שיקט ארויס פון פוילן וועט אנקומען אינדרויסן פון אייראפע נאך צוויי וואכן. דער פרייז פאר א מארקע איז 2 זלאטע.

די מעגנאטישע קאָלינג קארד'ס וואס מען דארף אריינלייגן אינעם פובליק טעלעפאן סיי ווען און סיי ווי אימער מען וויל רופען, איז דא דריי ערליי: 1וואס מען קען רופן 25 מאהל (פרייז: 11.30 זלאטע), וואס מען קען רופען 50 מאהל (פרייז: 20.40 זלאטע), און 100 מאהל (פרייז: 37.20 זלאטע). נעמט אינאכט אז נאך יעדע דריי מינוט וואס מען רעדט גייט דאס שוין אריין צום קומעדיגע מאהל. אזוי א א קאלינג קארד וואס האט צ.ב.ש. 25 מאהל קען מען רעדן בלויז 75 מינוט.

ווען איר וועט רופען א נומער וואס האט בלויז 6 נומערן וועט איר הערן אויפן טעלעפאן אויף פארשידענע שפראכן (אויך ענגליש; ווארט מיט געדולד) אינסטרוקציעס וואספארא נומערן צו ניצען.

אויב די נומער וואס איר רופט הויבט זיך אן מיט די נומער:

1 אדער 2- לייגט צו 4 אנפאנג פונעם טעלפעאן נומער.

3, 4 אדער 5 - לייגט צו 6.

6, 7, 81, 83, 84, 85 - לייגט צו 2.

86, 87, 88, 89 - לייגט צו 3.

ווען איר רופט פון פוילן צו פוילן, דארפט איר דריקן צום ערשט 0, דערנאך דעם עריע קאד 1033, 1044, 1055 אדער 1066, ווענד זיך פון וועלכע טעלפאן קאמפאני איר רופט, דאן דעם נומער.

פון פולין צו ארץ ישראל דארפט איר דריקען 00-972 און דאן דעם נומער (נישט קיין 0 פאר די נומער).

פאר הילף דריקט 913 צו וויסען טעלעפאן נומערן פון יענעם פלאץ; 912 פאר גאנץ פולין; 908 פאר דער גאנצער וועלט, פונדעסטוועגן זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש.

א פעקס קען מען שיקן פון יעדן פאסט אפיס, מיטן באצאלן די זעלבע פרייז וואו סתם א טעלעפאן-רוף.

פאר עמורדזשענסי -ארבעט די פאלעגנדע נומערן פאר אומזינסט 24 שעה א טאג: 998 פייער-לעשער, 999 אמבאלאנס; 997 פאליציי (אדער 112 פון א סעליולער טעלעפאן). און וואו אויבענדערמאנט זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש...

די פוילישע חגאות זענען וואו פאלגענד: 1טן יאנואר; 1טן מאי; 3טן מאי; 15טן אויגוסט; 1טן נאוועמבער; 11טן נאוועמבער; 25-26 דעצעמבער.





ראָמאַניזאַציע romanizatsye

poyln iz a land in eyrope. zayn hoyptshtot iz varshe.



כדאי צו זען

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. 12Concise Statistical Yearbook of Poland, 2008(PDF).Central Statistical Office (Poland)(28 July 2008).ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 2011-07-14.דערגרייכט דעם 2008-08-12.
  2. NationMaster.com 2003–2007,Poland, Facts and figures
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:פוילן
 לענדער פוןאייראפע       

סואווערענע שטאטן
אונגארן ·אוקראינע ·אזערביידזשאן1 ·איטאליע1 ·איסלאנד ·אירלאנד ·אלבאניע ·אנדארע ·ארמעניע2 ·באסניע און הערצעגאווינע ·בולגאריע ·בעלארוס ·בעלגיע ·גרוזיע1 ·גריכנלאנד ·דייטשלאנד ·דענמארק3 ·האלאנד3 ·וואטיקאן שטאט ·טערקיי1 ·טשעכיי ·לוקסעמבורג ·ליטע ·ליכטנשטיין ·לעטלאנד ·מאלדאווע ·מאלטא ·מאנאקא ·מאנטענעגרא ·נארוועגיע3 ·סאן מארינא ·סלאוואקיי ·סלאוועניע ·סערביע ·עסטלאנד ·עסטרייך ·פארטוגאל3 ·פוילן ·פאראייניגטע קעניגרייך3 ·פינלאנד ·פראנקרייך1 ·ציפערן2 ·צפון-מאקעדאניע ·קאזאכסטאן1 ·קראאטיע ·רומעניע ·רוסלאנד1 ·שווייץ ·שוועדן ·שפאניע1

אפהענגיקע טעריטאריעס
אזארן ·גיבראלטאר ·גערנזי ·דזשערזי

נישט אנערקענטע שטאטן
אבכאזיע ·דאנעצקער מענטשנ'ס רעפובליק ·לוגאנסקער מענטשנ'ס רעפובליק ·קאסאווא4 ·צפון ציפערן


1 טייל פון דער טעריטאריע איז דרויסן פון אייראפע. 2 אינגאנצן איןמערב אזיע אבער מיט שטארקע סאציא-פאליטישע פארבינדונגען מיט אייראפע. 3 האט טעריטאריעס אינדרויסן פון אייראפע.4 קאסאווא האט דערקלערט זיין אומאפהענגיקייט פון סערביע דעם 17טן פעברואר 2008 און איז אנערקענט פון א טייל לענדער.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=פוילן&oldid=587727"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריע:

[8]ページ先頭

©2009-2026 Movatter.jp