פּאַריז (פראַנצויזיש : Paris פּאַרי ) איז דיהויפּטשטאָט פוןפראַנקרײַך . זי איז די גרעסטע שטאָט איןאייראָפּע נאָךלאָנדאָן , און די 20סטע אין באַציאונג איבער דער גאָרער וועלט. די שטאָט פּאַריז, צווישן אירע אַלטע גרענעצן פון 1860, האַלט אַ שטח פון 105 קוואַדראַט ק"מ און אַ געשאַצטע באַפעלקערונג פון 2,193,031 (יאַנואַר 2007).דערסיין טײַך פליסט אַדורך דעם עלטסטן טייל פון פּאַריז. אַרום פּאַריז געפינען זיך אַ סך וועלדער.
פּאַריז איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 3טן יאָרהונדערט פאַר דער ציווילער רעכענונג דורך אַקעלטישן פאָלק , די פּאַריזיאי, פון וועמען די שטאָט האָט גענומען איר נאָמען. אינעם 12טן יאָרהונדערט איז פּאַריז געווען די גרעסטע שטאָט אין דער מערב־וועלט, אַ בליענדיקער האַנדל־צענטער, און דער היים פונעםאוניווערסיטעט פון פּאַריז , איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראָפּע. אינעם 18טן יאָרהונדערט, איז פּאַריז געווען די הויפּט אָרט פון דערפראַנצויזישער רעוואָלוציע , און זינט דעמאָלסט איז פּאַריז אַ וויכטיקער צענטער פוןפינאַנץ ,האַנדל ,מאָדע , וויסנשאַפט און די קונסטן, ווי אויך דער צענטער פוןפּאָליטיק אוןפארקער .
דערפּאַריזער ראַיאָן האָט אַברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט פון €612 ביליאָן (גיליטיק 2012), וואָס איז מער ווי 30 פּראָצענט פונעם ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט פון גאַנץ פראַנקרײַך, און אַזוי אַרום ווערט ראַנגירט פון די פינף רײַכסטע ראַיאָנען פון אייראָפּע. פּאַריז איז דער באַנקירן און פינאַנץ צענטער פון פראַנקרײַך, און דאָרט געפינען זיך די הויפּטקוואַרטירן פון 30 פירמעס אינעםפארטון גלאָבאַל 500 .
אין פּאַריז געפינט זיך דער מערסט־באַזוכטערקונסט מוזיי אין דער וועלט, דילואוורע , ווי אויך אַנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אָנדענקפּונקטן אין פּאַריז שליסן אײַן דעםנאָטרעדאַם דע פּאַריז קאַטעדראַל און דעםאײַפל טורעם . אין 2014 האָבן 22.4 מיליאָן טוריסטן באַזוכט פּאַריז, די שפּיץ פון אַלע טוריסטן צילן. פּאַריז איז אויך באַקאַנט פאַרמאָדע אוןרעסטאָראַנען . רוב פון די הויפּט אוניווערסיטעטן אין פראַנקרייך געפינען זיך אין פּאַריז, ווי אויך די צײַטונגעןלע מאנד ,לע פיגארא אוןליבעראשיאן .
פּאַריז איז אַ וויכטיקער באַן, שאָסיי און לופט־טראַנספּאָרט קנופּ, באַדינט דורך די צוויי אינטערנאַציאָנאַלע פליפעלדערפּאַריז-שאַרל דע גאָל אוןפּאַריז-אָרלי . דערפּאַריזער מעטראָ , וואָס האָט זיך געעפנט אין 1900, האָט אַ לענג פון 200 ק"מ און באַדינט 9 מיליאָן פּאַסאַזשירן טאָג טעגלעך. פּאַריז איז דער קנופּ פונעם נאַציאָנאַלן שאָסיי נעצווערק, און איז אַרומגענומען מיט דרײַ אַרום־שאָסייען.
דער הײַנטיקער בירגערמײַסטער פון פּאַריז איזאַן הידאַלגאָ , געוויילט צום אַמט דעם 5טן אַפּריל 2014. זי איז די ערשטע פרוי צו זײַן בירגערמײַסטער פון פּאַריז.
דער נאָמען "פּאַריז" שטאַמט פון די אַמאָליגע אײַנוואוינער, דער קעלטישער שבט די פּאַריזיאי.
פּאַריז ווערט אָפט גערופן "די ליכטיקע שטאָט" (La Ville Lumière ), סײַ צוליב איר פירנדע ראָלע ווערנט דעראויפקלערונג , סײַ ווײַל פּאַריז איז געווען פון די ערשטע אייראָפּײאישע שטעט וואָס האָבן אַרײַנגעשטעלט גאַזענעגאַס באַלײַכטונג . אין די1860ער יאָרן זענען די בולעוואַרן און גאַסן פון פּאַריז געוואָרן באַלײַכטעט מיט 56,000 גאַז לאָמפּן.
די אײַנוואוינער פון פּאַריז רופט מען "פּאַריזער" (אויף פראַנצויזישParisiens ).
אין 1871 האטפּרײַסן אײַנגענומען פּאַריז.
ביז 1901 איז די באַפעלקערונג פון פּאַריז געוואָקסן צו 2,715,000. אַ סך קינסטלער האָבן זיך באַזעצט אין פּאַריז, צווישן זייפּיקאַסאָ אוןמאטיס . פּאַריז איז געווען דער געבורטאָרט פוןפאוויזם ,קוביזם אוןאַבסטראַקטע קונסט .
בעת דערערשטער וועלט־מלחמה , איז פּאַריז געווען א שטיק צײַט דער פראָנט. צווישן 600 און א טויזנט פּאַריזער טאַקסיס האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער מלחמה ווען זיי האָבן געפירט 6,000 זעלנער צום פראָנט בײַם ערשטן קאַמף פונעם מאַרן. די שטאָט פּאַריז איז באָמבאַרדירט געוואָרן דורךצעפעלינען . אין די יאָרן נאָך דער מלחמה האָט פּאַריז געצויגן שרײַבער, מוזיקאַנטן און קינסטלער פון אַרום דער וועלט, צווישן זייערנעסט העמינגוויי ,איגאָר סטראווינסקי ,זשאסעפין בייקער און דער מאָלערסאַלוואַדאָר דאלי .
זינט איר באַפרײַאונג פון נאַצישער דײַטשלאַנד אין 1944 דורך די אַליאירטע קראַפטן איז פּאַריז געבליבן די פרײַע הויפּטשטאָט פון פראַנקרײַך.
דעם 25סטן מערץ 1977 איזזשאַק שיראק געוואָרן דער ערשטער געוויילטער בירגערמײַסטער פון פּאַריז זינט 1789.
דעם13טן נאָוועמבער 2015 זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין פּאַריז מער ווי 120 מענטשן אין אריי טעראָר־אַטאַקעס .
פּאַריז געפינט זיך אין צפון־צענטראַל פראַנקרײַך, 450 ק״מ דרום־מזרח פוןלאָנדאָן , 287 ק״מ דרום פוןקאלע , 306 ק״מ דרום־מערב פוןבריסל , 774 ק״מ צפון פוןמאַרסיי , 385 ק״מ צפון־מערב פוןנאנט און 135 ק״מ צפון־מזרח פוןרוען . פּאַריז ליגט אויפןסיין טײַך און שליסט אײַן אין זיך צוויי אינזלען.
אין דעם שטח פון דער שטאָט געפינען זיך עטלעכע בערגלעך, וואָס דאָס העכסטע פון זיי איז מאָנמארטרע, הויך 129 מעטער.
פּאַריז האָט אַ שטח פון 105.4 קוואַדראַט ק״מ. אין פאַרגלײַך איזירושלים גרויס 125 קוואַדראַט ק״מ,ניו יאָרק 786 קוואַדראַט ק״מ, אוןגרויסלאָנדאָן 1587 קוואַדראַט ק״מ. דער גרעסטער דיסטאַנץ פון מזרח ביז מערב איז 18 ק״מ.
דער פּאַריזער ראַיאָן איז פראַנקרִײַכס פּרעמיערער צענטער פון עקאָנאָמישער טעטיקײַט, מיט אַ ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט אין 2012 פון €624 ביליאָן (US$687 ביליאָן). באַפעלקערונג האָט פּאַריז 18.8% פון גאַנץ מעטראליטאנעם פראַנקרײַך, אָבער ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט האָט פּאַריז 30% פונעם גאַנצן לאַנד.
פּאַריז איז די צווייטע טײַערסטע שטאָט אין דער וועלט. די אַנדערע טײַערסטע שטעט אין אייראָפּע זענעןאָסלאָ ,ציריך ,גענף אוןקאָפּנהאַגען .
לויטן צענזוס פון 2011, איז 59.0 פּראָצענט פון דער אַרבעטסקראַפט אינעם פּאַריזער מעטראָפּאָליטאַנער שטח אין האַנדל, טראַנספּאָרטאַציע און מאַרק דינסטן; 26.8 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין בילדונג און אַנדערע קהלישע דינסטן; 8.6 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין פאַבריקאַציע, מינעריי און עפנטלעכע נוציקײַטן; 5.3 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין קאָנסטרוקציע; און 0.3 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין לאַנדווירטשאַפט.
דער דורכשניטלעכער נעטאָ הויזגעזינד־אײַנקונפט (נאָך בײַשטײַערונגען פאַר געזונט און פּענסיע) אין פּאַריז איז געווען €36,085 אין 2011. ער האָט געגרייכט פון €22,095 אינעם 19טן אראנדיסמאנט צו €82,449 אינעם 7טן אראנדיסמאנט.
אין פּאַריז געפינען זיך אַ סך אָנקוק־ערטער וואָס אינטערעסירן טוריסטן. אַ טייל פון זיי זענען:
דעראײַפל טורעם איז דער באַרימסטער אָרט אין פּאַריז, געבויט אין 1889 דורךגוסטאַוו אײַפל מיט 6,300 טאָן אײַזן — דאָס הייסט מיט 18,000 שטיקער אײַזן און 2.5 מיליאָן ניטעס. מיט אַ הייך פון 300 מעטער, איז ער געווען אַ לענגערע צײַט דער העכסטער טורעם אין דער גאָרער וועלט. מער ווי 6 מיליאָן מענטשן באַזוכן אים יערליך.דילואוורע איז אַ מוזיי מיט באַרימטע אַלטע קונסטווערק, ווי למשל דימאָנאַ ליסע און דער ווענוס דע מילא. די געביידע האָט מען געבויט אַלס וואוינונג אָרט פאַר די מלכים פון פראַנקרײַך. די לואוורע איז דער דריטער גרעסטער מוזיי אין דער וועלט, מיט 60,000 קוואַדראַט מעטער פון ווײַז־אָרט.[ 1] ער איז דער מערסט באַזוכטער קונסט־מוזיי אין דער וועלט וואָס העכער 5 מיליאָן מענטשן באַזוכן אים יעדע יאָר.דערמוזיי ד'ארסע וואָס איז אַמאָל געווען אַ באַן סטאַנציע איז הײַנט אַ קונסט־מוזיי. די קונסט אין מוזיי ד'ארסע איז פון די יאָרן 1848 ביז 1915. דאָס איז נײַער ווי די קונסט אין דער לואוורע.דערמולען רוזש איז אַקאבארע וואָס האָט זיך געעפנט אין 1889. און געפינט זיך איןמאנמארטרע . דישאמפס-עליזע איז אפשר די מערסט באַרימטע גאַס אין פּאַריז, און פון די מערסט בארימטע אין דער וועלט. זי איז פול מיט ערטער וואו אײַנצוקויפן און עסן. בײַ איין עק פון דער שאמפס־עליזע געפינט זיך דערארק דע טריאמף . דערנאָטרעדאַם דע פּאַריז איז אַ הויפּט גאָטישערקאַטעדראַל , און געפינט זיך אין "איל דע לא סיטע". אין 2013 זענען געווען אין פּאַריז 1570 האָטעלן מיט 70,034 צימערן. 55 פון די האָטעלן זענען אויפן ראַנג פון פינף שטערן.
דערפּאַריזער מעטראָ סיסטעם איז געבויט געוואָרן אין 1900 דורך ענזשעניר פולזשאנס ביענוועניו און אַרכיטעקט העקטאָר גימאנד. דער מעטראָ ציט זיך 215 ק״מ מיט 300 סטאַנציעס [ 2] און 16 ליניעס. דער מעטראָ באַדינט מער ווי 6 מיליאָן באַוואוינער און טוריסטן יעדן טאָג. יעדע געביידע אין פּאַריז געפינט זיך נישט מער ווי 500 מעטער פון אַ מעטראָ סטאַנציע.
פּאַריז איז דער מערסט געבילדעטער דעפּאַרטמענט אין גאַנץ פראַנקרײַך. בערך 40 פּראָצענט פון דער באַפעלקערונג האָט אַ דיפּלאָם.אינעם 12טן יאָרהונדערט איז געגרינדעט געוואָרן דעראוניווערסיטעט פון פּאַריז , באַקאַנט ווי דערסאָרבאָן . אין 1970 האט מען אים צעטיילט אין 13 אויטאָנאָמישע אוניווערסיטעטן.
די לואוורע ביינאכט אַ שול אין פּאַריז פּאַריז איז א קולטורעלער צענטער פונעם ערשטן ראַנג, מיט מער ווי 210 מוזייען, און אויך אַ הויפּט צענטער פון מאָדע.
פּאַריז פאַרמאָגט אַ סך עפנטלעכע ביבליאָטעקן. די מאזארין ביבליאָטעק אין פּאַריז, וואָס האָט זיך געעפנט אין 1643, איז די עלטסטע עפנטלעכע ביבליאָטעק אין גאַנץ פראַנקרײַך.
אטען ,
גריכנלאנד ·אמסטערדאם ,
האָלאַנד ·בודאפעשט ,
אונגאַרן ·בוקארעשט ,
רומעניע ·בערלין ,
דייטשלאנד ·בריסל ,
בעלגיע ·דובלין ,אירלאנד ·העלסינקי ,פינלאנד ·וואלעטא ,
מאלטא ·ווארשע ,
פּוילן ·ווילנע ,
ליטע ·ווין ,
עסטרייך ·זאגרעב ,
קראאטיע ·טאלין ,
עסטלאַנד ·לוקסעמבורג ,לוקסעמבורג ·ליובליאנא ,
סלאָװעניע ·ליסבאן ,
פארטוגאל ·מאדריד ,
שפּאַניע ·ניקאסיע ,
ציפּערן ·סאפיע ,בולגאריע ·פאריז ,
פראַנקרײך ·פראג ,טשעכיי ·פרעשבורג ,
סלאוואקיי ·רוים ,
איטאַליע ·ריגע ,
לעטלאַנד ·קאפנהאגן ,דענמאַרק ·שטאקהאלם ,שוועדן