איןקינעמאטיק (אן אפטיילונג פוןפיזיק) איז דיפאַרגיכערונג פון א זאך וויפיל דיגיכקייט פון דער זאך ענדערט זיך אין א מאס צייט. אין איין דימענסיע איז די פארגיכערונג די ראטע ווי א זאך גייט גיכער אדער פאמעלעכער. אין אלגעמיין, אבער, איז גיכקייט אוועקטאר, און די פארגיכערונג שילדערט די ראטע פון ענדערונג פון סיי די גרייס און סיי די ריכטונג פון גיכקייט. איןאינטערנאציאנאלע איינסן מעסט מען פארגיכערונג אין מעטער א סעקונדע א סעקונדע.