Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

פאקיסטאן

פֿון װיקיפּעדיע
איסלאַמישע רעפובליק פֿון פאַקיסטאַן
פאן פאַקיסטאַן
פאן פאַקיסטאַן
סימבאָל פאַקיסטאַן
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון פאַקיסטאַן
אָרט פֿון פאַקיסטאַן
קאָנטינענטאזיע
אָפֿיציעלעשפּראַךאורדו,ענגליש
הויפּטשטאָטאיסלאמאבאד
רעגירונגפעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אסיף אלי זארדארי
נאוואז שאריף
גרינדונג דאַטום
דעם 14טן אויגוסט 1947
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענטוואַסער
803,940 קוואַדראַט ק"מ
טער36
3.1
באַפֿעלקערונג
-צאָל
-וועלט גראַדונג
-ענגקײט

201,995,540
6טער
244.4 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$1.060 טריליאן (25סט)
וואַלוטעפאקיסטאנישע רופי PKR
צײַט זאָנעUTC+5
אינטערנעט דאָמעןpk.
טעלעפֿאָן קאָד92+

פּאַקיסטאַן (אורדו: پاکِستان; פארמאל:איסלאמישערעפובליק פון פאקיסטאן) איז אלאנד אין דרוםאזיע מיט מער פון 220 מיליאן איינוווינערס. עס איז דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט פון דער באפעלקערונגס פונקט. צו דרום האט פאקיסטאן א בארטן לאנג 1,046 ק"מ אויפןאראבישן ים און דעםאיינגאס פון אמאן; עס גרענעצטאיראן אוןאפגאניסטאן צו מערב,אינדיע צו דרום אוןכינע צו צפון־מזרח.

פאקיסטאן באדעקט א שטח פון סה״כ 880,940 ק״מ2 (איינשליסנדיק די טעריטאריעס אזאד קאשמיר און גילגיט באלטיסטאן). אזוי איז פאקיסטאן דאס 34סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. פאקיסטאן האט די זיבעטע גרעסטע מיליטער אין דער וועלט.

די הויפטשטאט פון פאקיסטאן איזאיסלאמאבאד, און די גרעסטע שטאט איז די פארט־שטאטקאראטשי, די געוועזענע הויפטשטאט פון לאנד. דער פריערדיקערפרעזידענט איז געוועןפערוועז מושאראף. דער היינטיקער פרעזידענט איזאסיף אלי זארדארי.

ביז 1971 האט פאקיסטאן געהאט צוויי טיילן, מזרח פאקיסטאן און מערב פאקיסטאן, אבער אין 1971 האט זיך מזרח פאקיסטאן אפגעשיידט און דערקלערט זיין אומאפהענגיקייט, און געווארן דאס לאנדבאנגלאדעש.

אין 1973 האט פאקיסטאן איינגעפירט א נייע קאנסטיטוצע וואס האט אויפגעשטעלט א פעדעראלע רעגירונג באזירט אין איסלאמאבאד וואס באשטייט פון פיר פראווינצן און פיר פעדעראלע טעריאטאריעס. לויט דער נייער קאנסטיטוציע דארפן אלע געזעצן שטימען מיטאיסלאם אזוי ווי עס שטייט איןקאראן.

נאציאנאלע סימבאלן פון פאקיסטאן (אפיציעל)
נאציאנאלער בעל־חי
נאציאנאלער פֿויגל
נאציאנאלער בוים
נאציאנאלע בלום
נאציאנאלע ירושה בעל־חי
נאציאנאלע ירושה פֿויגל
נאציאנאלער ים־זויגער
נאציאנאלע רעפטיליע
נאציאנאלע אמפֿיביע
נאציאנאלע פרי
נאציאנאלער מעטשעט
נאציאנאלער מאווזאליי
נאציאנאלער טייך
נאציאנאלער בארג

שפראַכן פֿון פאַקיסטאַן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין פאקיסטאן רעדט מען אסאך שפראכן. די אפיציעלע שפראך איזענגליש און די נאציאנאלע שפראך איזאורדו. צווישן די נישט-אפיציעלע שפראכן זענעןפונזשאבי מיט 60 מיליאן רעדערס,[1]פאשטא,סינדהי,סארייקי, אוןבאלאכי; געבילדעטע מענטשן רעדןענגליש.[2]

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מענטשן וואס האבן געוואוינט אין אוראלט פאקיסטאן זענען געווען א טייל פון דער אינדוס טאל ציוויליזאציע.

ביז 1946 איז פאקיסטאן געווען א טייל פון דער אינדישער אימפעריע אונטער בריטישער הערשאפט. אין 1946 איז פאקיסטאן געווארן אומאפהענגיק. פון 1946 ביז 1971 האט פאקיסטאן באשטאנען פון צווי באזונדערע טיילן. איז 1971 איז דער מזרח טייל פון פאקיסטאן געווארן א באזונדער לאנד,באנגלאדעש.

נאך דער סאוועטישער אינוואזיע פוןאפגאניסטאן אין 1979 האט פאקיסטאן געהאלפן די פארטיזאנער קעגן די סאוועטן. דערנאך אין די 1990ער יארן האט פאקיסטאן געשטיצט דיטאליבאן רעגירונג אין אפגאניסטאן.

אין 2007 האט מען דערהרגעט די געוועזענע פרעמיער מיניסטארקע,בענאזיר בהוטא.

פאקיסטאן איז א מיטגליד אין דערקאמאנוועלט.

פאקיסטאנ׳ס קערן-פראגראם

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנטוויקלען א קערן-פראגראם האט אנגעהויבן אין פאקיסטאן אין די1970ער יארן, אין די שפורן פון אן ענלעכער אנטוויקלונג פראגראם דורך דעם שכן-לאנדאינדיע, אין ליכט פון דער לאנגיעריגער קעגנערשאפט צווישן די צוויי לענדער, וואס האט איינגעשלאסן דריי מלחמות. אין מיי1998 האט פאקיסטאן געהאלטן זיין ערשטן אויסגעשפראכענעם אויספרואוו פון א קערן־אויפרייס. פאקיסטאן האט זיך נישט איינגעשלאסן אין דעם אינטערנאציאנאלן אפמאך צו פארמיידן די פארשפרייטונג פון קערן־וואפן (NPT). אויסער דעם וואס פאקיסטאן אנטוויקלטנוקלעארע וואפן באשעפטיקט זיך פאקיסטאן אויך מיט אנטוויקלען די אפשיק-מיטלען, ווי למשל באליסטישע מיסלען וואס קענען טראגן נוקלעארישע אויפרייס־שפיצן.

געאגראפיע, סביבה און קלימאט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די געאגראפיע און קלימאט פון פאקיסטאן זענען שטארק פארשיידנדיק, און דאס לאנד איז די היים פון כלערליי ווילד-באשעפענישן. פאקיסטאן באדעקט א שטח פון  881,913 ק״מ2, בערך גלייך צו די שטחים פון פראנקרייך און דאס פאראייניגטע קעניגרייך צוזאמען. עס איז דאס33סטן גרעסטע לאנד לויט שטח. פאקיסטאן האט א בארטנליניע לאנג 1,046 ק״מ לענגאויס דעםאראבישן ים און דעםאיינגאס פון אמאן אין דרום, און לאנד גרענעצן פון 6,774 ק״מ אינגאנצן: 2,430 ק״מ מיט אפגהאניסטאן , 523 ק״מ מיטכינע, 2,912 ק״מ מיט אינדיע און 909 ק״מ מיטאיראן. עס טיילט א ים־גרענעץ מיט אמאן, און איז צעטיילט פון טאדזשיקיסטאן מיטן קאלטן שמאלן וואקהאן קארידאר. פאקיסטאן אקופירט א וויכטיקע לאקאציע געאפאליטיש ביים שיידוועג פון דרום אזיע, דעם מיטל מזרח אוןצענטראל אזיע.

פאקיסטאן ווערט צעטיילט אין דריי הויפט געגגראפישע געגנטן: די צפון הויכלענדער, דעראינדוס פלוין און דער באלאכיסטאן פלאטא. 

די קלימאט אין פאקיסטאן איז קאלט איןווינטער און ווארעם איןזומער. די טעמפעראטורן ענדערן זיך א סך צווישן די פארשידענע ראיאנען אין לאנד. אין דרום לעבן דעם ים איז די וועטער גוט ווארעם אבער די הימאלייע בערג אין צפון זענען באדעקט מיט שניי א גאנץ יאר. נידריגער אין די בערג איז זייער פרוכפער ווייל זיי באקומען א שיינעםאפזעץ, ווי אבער גרויסע טיילן אין מערב פון לאנד זענען טרוקענער מדבר.

רעגירונג און פאליטיק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאקיסטאן איז א דעמאקראטישעפארלאמענטארישעפעדעראלע רעפובליק, מיטאיסלאם ווי די שטאַט רעליגיע. די ערשטע קאנסטיטוציע איז געווארן אדאפטירט אין 1956. אין 1958 האטאיוב קהאן זי אפגעהאלטן, און האט זי געביטן מיט דער צווייטער קאנסטיטוציע אין 1962. די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט צום ערשטן מאל אין 1973.

פרעמיער מיניסטארן:

אויסלענדישע פארהעלטענישן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאקיסטאן איז די צווייטע מערסט באפעלקערטע איסלאמישע מדינה אין דער וועלט (אינדאנעזיע איז די גרעסטע) און די איינציגע מיטקערנקראפט אין דער מוסולמענישער וועלט.


אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאקיסטאן איז א פעדעראציע פון פיר פראווינצן (פונדזשאב, כייבער פאכטונכווא, סינדה און באלאכיסטאן) און פיר טעריטאריעס (טריבאלע שטחים, איסלאמאבאד הויפטשטאט טעריטאריע, גילגיט-באלטיסטאן און אזאד קאשמיר.

מיליטער

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מיליטערישע קראפטן פון פאקיסטאן זענען די אכט גרעסטע אין דער וועלט, מיט אומגעפער 617,000 זעלנער און 513,000 רעזערוויסטן (געשאצט אין 2010). מען האט געגרינדעט די מיליטער נאך אומאפהענגיקייט אין 1947, און די מיליטער האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף נאציאנאלע פאליטיק זייט דעמאלסט.

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאקיסטאן האט א האלב־אינדוסטריאליזירטע עקאנאמיע. די עיקר וואוקס פונקנטן פון דער עקאנאמיע זענען לענגאויס דעם טייךאינדוס. אין 1947 איז פאקיסטאן געווען גאר אן ארים לאנד אבער זייט דעמאלסט האט די עקאנאמיע געוואקסן גיכער ווי דער וועלט דורכשניט. אין די 1990ער יארן האט די עקאנאמיע אויפגעהערט וואקסן צוליב נישט אויסגעהאלטענעם פאליטיק.

ווי אין 2016 האט פאקיסטאן א געשאצטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון US$271 ביליאן; דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט לויטן קויפן קראפט איז US$946,667 מיליאן. 21.04% פון די איינוואוינער לעבן אונטער דער אינטערנאציאנאלער ארימקייט ליניע פון US$1.25 א טאג. לאנדווירשטאפט איז 20.9% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט.

פאקיסטאן איז איינע פון די גרעסטע פראדוצירער אין דער וועלט פון נאטירלעכע סחורות.

דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאקיסטאן איז די זעקסט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט מיט א באפעלקערונג בערך 199,085,847 (199.1 מיליאן) ווי אין 2015,[523] וואס איז גלייך צו 2.57% פון דער וועלט באפעלקערונג. בערך 35% פון מענטשן זענען אלט אונטער 15 יאר. דער דערווארטערטער לעבנס־געדויער, ריכטיק פאר2011, איז 64 יאר פאר מענער און 68 יאר פאר פרויען.

אומגעפער 95% פון פאקיסטאנער זענעןמוסולמענער. מערסטנססוניס, מיט אשיא מינדערהייט פון עטלעכע 10% צו 20% פון דער באפעלקערונג, און אויך 2%אכמאדיער. עס וואוינען אין לאנד א באגרענעצטע צאל פון פארשידענע מינדערהייטן, מערסטנבהינדוער (1.6%),קריסטן (1.6%) און ווייניקסיקהן אוןבודהיסטן.

יידנטום אין פאקיסטאן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט זענען געווען איןקאראטשי בערך 2,500 יידן, און נאך צענדליגער יידן אין דער שטאטפעשאוואר. כמעט אלע פון זיי האבן עמיגרירט קייןישראל נאך ווען די מדינה פון ישראל איז געווארן אויפגעשטעלט. ס׳איז געבליבן א קליינע קהילה יידן אין קאראטשי.

מען רעדט אין פאקיסטאן מער ווי 60 שפראכן. די אפיציעלע שפראכן פונעם לאנד איז אאורדו. אין דער רעגירונג ווערטענגליש געניצט, ווי אויך אין די גרויסע געשעפטן און צווישן די אינטעליגענציע. אלע אוניווערסיטעטן אין לאנד לערנען ענגליש. אורדו ווערט גערעדט דורך די עמך מענטשן. אחוץ די שפראכן רעדן אויך כמעט אלע פאקיסטאנער אן אנדער שפראך, ווי למשלפאשטו אוןפונדזשאבי.

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן ·אזערביידזשאן ·אינדאנעזיע ·אינדיע ·איראק ·איראן ·אָמאַן ·אפגאניסטאן ·ארמעניע ·בהוטאן ·באכריין ·באנגלאדעש ·ברוניי ·גרוזיע ·דרום קארעע ·וויעטנאם ·טאדזשיקיסטאן ·טורקמעניסטאן ·טיילאנד ·טערקיי ·יאפאן ·יארדאניע ·ישראל ·כינע ·לאַאָס ·לבנון ·מאלדיוון ·מאלייזיע ·מאנגאליי ·מזרח טימאר ·מיאנמאר ·נעפאל ·סאודי אראביע ·סיריע ·סינגאפור ·סרי לאנקא ·פאקיסטאן ·פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ·פיליפינען ·ציפערן ·צפון קארעע ·קאזאכסטאן ·קאטאר ·קאמבאדיע ·קואווייט ·קירגיזסטאן ·רוסלאנד ·תימן
 לענדער ארום דעםאראבישן ים
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=פאקיסטאן&oldid=590260"
קאַטעגאָריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp