Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

פאנאמא קאנאל

פֿון װיקיפּעדיע

קאארדינאטן:9°04′48″N79°40′48″W /9.08000°N 79.68000°W /9.08000; -79.68000דערפאנאמא קאנאל (שפּאַניש:Canal de Panamá,ענגליש:Panama Canal) איז א חשובער נאוויגאציעקאנאל וואס גייט אריבער דעםאיסטאמס אין פאנאמא,צענטראלע אמעריקע, און פארבינדט דעםאטלאנטישן אקעאן מיטןפאציפישן אקעאן. דער קאנאל איז לאנג 77 ק"מ. בויען דעם קאנאל איז געווען איינע פון די גרעסטע און שווערסטע ארויסרופן פוןאינזשעניריע. א דאנק דעם קאנאל קענען שיפן פארן גלייך צווישן די צוויי אקעאנען אן צו דארפן ארומפארןדרום אמעריקע און דעםמאגעלאן דורכגאס, וואס פארקירצט די נסיעה מיט 13,000קילאמעטער.

אדורכפארן די לענג פונעם קאנאל דויערט 8 ביז 10 שעה.

דער אריגינעלער געדאנק פון א קאנאל אין פאנאמא האט מען געקלערט שוין דעם 16טן יארהונדערט. אין 1880 האבן דיפראנצויזן פרובירט אנהייבן גראבן א קאנאל, אנגעפירט דורךפערדינאנד דע לעסעפס, אבער אסאך מענטשן זענען געשטארבן ביי דער ארבעט, און זיי האבן אויפגעהערט אין 1889. די ארבעט האט אנגעהויבן נאכאמאל ווען פאנאמא איז געווארן זעלבשטענדיק, און צווישן 1904 און 1914 האבן דיאמעריקאנער ארמיי אינזשענירן געבויט דעם פאנאמא קאנאל.

דער קאנאל איז אינגיכן געווארן א הויפט אינטערנאציאנאלע נאוויגאציע רוטע, וואס מער ווי 14,000שיפן פארן אדורך יעדע יאר, טראגנדיק מער ווי צויי הונדערט מיליאן טאן סחורה.

דער קאנאל שאפט 80% פון פאנאמא'ס הכנסות.


אין 1977 האט מען אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן פאנאמא און די פאראייניגטע שטאטן אריבגערצוגעבן דעם קאנאל צו פאנאמא ביזן סוף פונעם יארהונדערט.[1]

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. CIA – The World Factbook.Cia.gov.דערגרייכט דעם 2010-12-23.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=פאנאמא_קאנאל&oldid=496646"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp