דאס ווארט "ערד" אין יידיש איז ענלעך צו די ווערטער וואס מען ניצט אין אלע גערמאנישע שפראכן: וויהאלענדישaarde,דייטשישErde, אוןשוועדיש,נארוועגיש אוןדענישjord.
די ערד איז אן ערדישער פלאנעט, ד.ה. זי איז צוזאמנגעשטעלט מיט שטיינער, ענדערשט ווי אגאז ריז ווייופיטער. זי איז די גרעסטע פון די פיר ערדישע פלאנעטן ארום דער זון, סיי אין גרייס סיי אין מאסע. פון די פיר פלאנעטן האט די ערד די גרעסטע געדעכטקייט, די העכסטע אויבערפלאך גראוויטאציע, דאס שטערקסטע מאגנעטישע פעלד, און די גיכסטע ראטאציע.[1]
די ערד, ווי מיר רופן זיערד קוגל, איז פאקטיש נישט הונדערט פראצענט רונדיג, זי האט די פארעם פון א פלאכןספערויד. זי איז 26 מייל לענגער אין דער ברייט ווי אין דער לענג (צווישן דעםצפון פאלוס און דעםדרום פאלוס). די וועלט לויפט ארום אין קאסמאס מיט א שנעלקייט פון 66,000 מייל פער שטונדע (אגב, עס איז נישט דא קיין שום מחלוקה דערין ווי טייל מענטשן מיינען) . דאס האט מען ערשט אויסגעפינען ווען מען האט די ערשטע מאל דערגרייכט אויף דער לבנה מיט סאטעליט טעכנאלאגיע. דער דורכשניטלעכער דיאמעטער פון דער ערד איז 12,742 ק"מ, אומגעפערπ/40,000 ק"מ, צוליב דעם וואס מ'האט אריגינעל דעפינירט דעםמעטער צו זיין 1/10,000,000 פונעם דיסטאנץ צווישן דעםעקוואטאר און דעםצפון פאלוס דורךפאריז,פראנקרייך.
טיף אין דער ערד איז זייער הייס. דאס קומט בעיקר פוןראדיאאקטיוויטעט פון איזאטאפן פוןקאליום-40,אוראניום-235, אוראניום-238 אוןטאריום-232. די וויסנשאפטלער קלערן אז אינמיטן דער ערד איז די טעמפעראטור ביז C° 6,000.
די אייבערשטע שיכטע פון דער ערד, וואס מען רופט די ליטאספערע (ספערע פון שטיין), איז צעטיילט אין עטלעכע פלאטעס. די פלאטעס זענען שטייף, אבער באוועגן זיך אין פארהעלטעניש מיט אנאנד.ערדציטערנישן אוןוואולקאנישע טעטיקייטן פאסירן וואו די פלאטעס קומען צוזאמען.
די תקופה פון דער ערדס ראטאציע אין פארהעלטעניש צו דער זון—דער דורכשניטלעכער זון טאג—איז 86,400 סעקונדעס. דער ערדס ראטאציע אין פארהעלטעניש צו די שטערן—דער שטערן טאג—איז 86,164.0989 סעקונדעס, ד"ה 23ש 56מ 4.0989ס.
צוליב דער ראטאציע פון דער ערד, זען אויס אלע הימלישע קערפער אז זיי רוקן קיין מערב מיט א גיך פון 15° א שעה.
די ערד גייט ארום דער זון ווייט 150 מיליאן ק"מ יעדע 365.2564 דורכשניטלעכע זון טעג, איין סידעריש יאר. פון ערד זעט אויס די זון צו רוקן מזרחדיק אין פארהעלטעניש צו די שטערן כמעט 1º א טאג.
די לבנה און ערד ארביטירן א געמיינזאמען באריצענטער יעדע 27.32טעג רעלאטיוו צו די הינטערגרונט שטערן. אז מען רעכנט מיט די ערד-לבנה סיסטעמ׳ס בשותפותדיקן ארביט ארום דער זון, איז דער פעריאד פון דעם סינאדישן מאנאט, פון מולד צו מולד, 29.53טעג. קוקנדיק פון דעם הימלישן צפון פאלוס, זענען די באוועגונג פון דער ערד, פון דער לבנה, און זייערע אַקס-ראטאציעס אלעקעגנזייגערדיק. אז מען קוקט פון אן אויסבליקפונקט איבער די צפון פאלוסן פון סיי די זון סיי די ערד, טוט די ערד ארביטירן אין א קעגנזייגערדיקער ריכטונג ארום דער זון. דער ערד׳ס אַקס איז אנגעבייגט עטלעכע 23.44גראד פון דעם פערפענדיקולאר צום ערד-זון פלוין (דערעקליפטיק), און דער ערד-לבנה פלוין איז אנגעבייגט ביז ±5.1גראד קעגן דעם ערד-זון פלוין. אן דעם אנבייג וואלט פאסירט א ליקוי יעדע צוויי וואכן, איין מאל אליקוי לבנה און דאס אנדערע מאל אליקוי חמה.[2][3]
ווי אלט די ערד איז איז איינע פון די גרעסטע דעבאטעס אין וויסנשאפט און אין רעליגיע מיט טויזנטער ווערסיעס. רוב מאדערנע וויסנשאפטלער גלייבן אז די וועלט איז פארמירט געווארן בערך 15 מיליארד יאר צוריק און די לבנה האט אנגעהויבן צירקולירן ארום דער וועלט בערך 4.53 ביליאן יאר צוריק. לויט דער אידישער רעליגיע איז די וועלט באשאפן געווארן 5769 יאר צוריק און האט נאך אינגאנצן 231 יאר צו שטיין.
די וויסנשאפטלעכע חשבונות זענען געבויט אויף די שטיינער פון דער וועלט וועלכע איז די איינציגסטע זאך וואס איז נאך היינט פארבליבן פון דער וועלט'ס באשאפונג. זיי מעסטן די שטיינער און לויט דער צייט עס אז טייל פון זיי זענען אלט איבער 4 ביליאן יאר.
צו פארענטפערן וויסנשאפט האבן אידן גענוצט פיר תירוצים:
1) דער מבול האט פארעלטערט די וועלט דורך איר שטארקן כוח ווי עס שטייט אין די תורה: "וימח את כל היקום" און דאס צייגט ביליאנען יאר אלט. עס דארף נישט דוקא זיין די מבול, לויט די וויסנשאפטלער איז דאקליינע אויפרייסענישן וואס מאכט אז דער וועלט זאל אויסקוקן עלטער.
2) די וועלט איז באשאפן געווארן אן אלטע וועלט געפארטיגט מיט פלאנצונגען און אלטע שטיינער.
3) דאס וואס שטייט אין דער תורה אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין 6 טעג זאגן א חלק פון די מקובלים אז עס מיינט געוויס אנדערע טעג ווי מיר האבן היינט נישט טעג פון 24 שעה און עס האט מעגליך געקענט זיין אזוי לאנג ווי מיליאנען יארן. א באווייז אויף דער טעאריע איז אז דער וועלט איז באשאפן געווארן כ"ה אלול קומט אויס אז דער זעקסטער טאג וואס אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפן געווארן איז ראש השנה ממילא קומט אויס אז ווען אונז רעכענען ראש השנה נאך א יאר איז פון ראש השנה וואס אדם הראשון איז געבוירן געווארן און וואס עס איז געווען פאר דעם איז מען מסביר אז עס איז געווען גאנץ אן אנדער מציאות אזוי ווי עס שטייט אין רמב"ן אז אין א געוויסע פונקט איז באשאפן געווארן די צייט.די טעאריע פון אנדערע טעג ווערט אויך געברענגט אין פריערדיגע ספרי צדיקים אויף משיח'ס קומען ווען א טאג וועט זיין ווי היינט א יאר אדער מער.
4) "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ. והארץ היתה תוהו ובוהו"... און ביליאנען יאר שפעטער איז געווען די "ויאמר אלקים יהי אור ויהי אור".