ענגליש איז די דריטע גרעסטע מוטערשפראך אין דער וועלט, נאךכינעזיש אוןשפאניש, און די מערסט פארשפרייטעצווייטשפראך. ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך פון דיפאראייניגטע פעלקער, דעםאייראפעישן פארבאנד און גאר א סך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס. 70% פון רעדער פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש.
די נענטסטע שפראך צו ענגליש צווישן די שפראכן וואס מ׳רעדט נאך היינט איזפֿריזיש, א שפראך וואס עטלעכע 500,000 מענטשן רעדן איןהאלאנד,דייטשלאנד אוןדענמארק. דאך קענען ענגליש רעדער און פריזיש רעדער נישט פארשטיין איינער אנאנד. אנדער שפראכן וואס געהערן צו דער מערב־גערמאנישער פאמיליע אזוי ווי ענגליש זענעןהאלענדיש (וואס מ׳רעדט אין האלאנד אוןבעלגיע) אוןדייטש (וואס מ׳רעדט אין דייטשלאנד,עסטרייך אוןשווייץ).
א סך אנדערע פעלקער זענען געקומען וואוינען אין ענגלאנד במשך די יארן, וואס האבן גערעדט אנדערע שפראכן, און די דאזיקע שפראכן האבן צוגעלייגט ווערטער וואס האבן געענדערט די ענגלישע שפראך ביז זי איז געווארן מאדערן ענגליש. צום ביישפיל, אומגעפער יאר 800 זענען געקומען דיוויקינגען, ים־גזלנים פון דענמארק און נארוועגיע. זיי האבן גערעדט צפון־גערמאנישע שפראכן און טייל פון זייערע ווערטער זענען אריין אין ענגליש.
וועןוויליאם דער ערשטער האט איבערגענומען די הערשאפט פון ענגלאנד אין יאר 1066, האט ער געברענגט זיינע אדעלן, וואס האבן גערעדטנארמאניש, א שפראך ענלעך צופראנצויזיש. די ענגלישע שפראך האט זיך געטוישט ווייל מען האט זי גערעדט אבער נישט געשריבן דורכאויס עטלעכע 300 יאר (אפיציעלע שריפטלעכע דאקומענטן האט מען געשריבן אויף נארמאניש). אין יענער תקופה האט ענגליש געבארגט פון נארמאניש א סך ווערטער, ווי אויך האט מען אנגעהויבן פארלירן די אלטע ווארט־ענדונגען. דאס איז די תקופה פוןמיטל-ענגליש. א גאנץ באקאנטער שרייבער פון מיטל-ענגליש איזדזשעפרי טשאסער. במשך די יארן האבן די קלאנגען זיך ווייטער געענדערט און מיטל-ענגליש האט זיך אנטוויקלט אין מאדערנעם ענגליש.
ווערנט די יארן האט ענגליש אריינגענומען נייע ווערטער פון א סך אנדערע שפראכן, בעיקר פוןפראנצויזיש-אומגעפער 30% צו 40% פון אירע ווערטער-אבער אויך פוןכינעזיש,הינדי אוןאורדו,יאפאנעזיש,שפאניש אוןפארטוגעזיש. וויסנשאפטלער פון פארשידענע לענדער דארפן קענען רעדן איינער מיט אנאנד זענען די נעמען פאר וויסנשאפטלעכע זאכן גענומען פון די שפראכןגריכיש אוןלאטייניש. די ווערטער זענען אריין אין ענגליש; למשל,photographyפֿאטאגראפֿיע ("-photo" איז טייטש "ליכט" "און "graph-" איז טייטש "בילד" אדער "שרייבן", אויף גריכיש.[1] א פאטאגראפיע איז א בילד געמאכט ניצן ליכט), אדערtelephoneטעלעפֿאן.
זייט דעם 9טן יארהונדערט שרייבט מען ענגליש אין א לאטיינישן אלפאבעט (אויך גערופן רוימישער אלפאבעט). דער מאדערנער ענגלישער אלפאבעט האט 26 בוכשטאבן פון דער לאטיינישער שריפט:a,b,c,d,e,f,g,h,i,j,k,l,m,n,o,p,q,r,s,t,u,v,w,x,y,z (וואס האבן אויך די גרויסהאנטיקע פארעמען: A, B, C, D, E, F, G, H, I, J, K, L, M, N, O, P, Q, R, S, T, U, V, W, X, Y, Z).
די בוכשטאבן b, d, f, h, j, k, l, m, n, p, r, s, t, v, w, y, z רעפרעזענטירן דיפאנעמעס, /b, d, f, h, dʒ, k, l, m, n, p, r, s, t, v, w, j, z/. די אותיות c און g נארמאל רעפרעזענטירן /k/ און /ɡ/, אבער ס׳איז אויך פֿאראן א ווייכער c אויסגערעדט /s/, און א ווייכער g אויסגערעדט /dʒ/. די דיפערענצן אין די צוויי אויסרעדן פון די אותיות c און g קען מען אפטמאל דערקענען פון די פאלגנדע אותיות אין דעם סטאנדארטן אויסלייג פון ענגליש. געוויסע פֿאנעמעס שרייבט מען מיט דיגראַפֿן (צוויי בוכשטאבן), למשל ch פאר /tʃ/, sh פאר /ʃ/, th פאר /θ/ אדער /ð/, ng פאר /ŋ/, qu פאר /kw/, און ph פאר /f/ אין ווערטער גענומען פוןגריכיש. דער בוכשטאב x ווערט אויסגערעדט אין אלגעמיין ווי /z/ אין אנהייב פון א ווארט און ווי /ks/ אינמיטן א ווארט. די אלע כללים האבן אויסנאמען, אפטמאל צוליב בארגן א ווארט פון אן אנדער שפראך וואס מען לייגט אויס לויט די פרינציפן פון יענער שפראך.