Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

על גאר

פֿון װיקיפּעדיע
על גאר
Al Gore
געבורט31 מערץ1948 (אלט 77)
וואשינגטאן די סי,פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקערעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינהפאראייניקטע שטאטן פון אמעריקערעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפטרעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
algore.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
על גאר

על גאָר (געבוירן31סטן מערץ,1948 איןוואשינגטאן די.סי.) איז אןאמעריקאנערפאליטיקער,ביזנעסמאן, אוןענווייערמענטאליסט.


ער האט דריי טעכטער און איין זון.

פאליטישע קאריערע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גאר האט געדינט איןרעפרעזאנטיוון הויז (1977 - 85) און דערנאך איןסענאט (1985-93) פארטרעטנדיגטענעסי. פון1993 ביז2001, איז ער געווען די 45סטערוויצע פרעזידענט פון דיפאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, אונטערביל קלינטאן וואס איז דאן געווען דערפרעזידענט.

גאר איז געווען דערדעמאקראטישער פארטיינאמינאציע פוןפרעזידענט אין די2000 וואלן, וואס איז געווען איינער פון דאס מערסטע קאנטראווערסיאלע געשיכטעס אין אמעריקאנער היסטאריע.

נאך א רייע וואלן פראבלמען און געריכטליכע פראדעצורן פון דעם שטאַטפלארידע, האט דער העכסטער סופרים קארט געאורטיילט אפצושטעלן די ווידערציילונגן געבנדיג פארדזשארדזש דאבעליו בוש דיעלעקטאראלע קאלעדזש געווינס און קאנסעקווענטלי דאס פרעזידענטשאפט.

ער איז זייער דערביטערט טענהדיג אז ער האט געווינען די פרעזידענטשאפט נאר די געריכט וואס איז געווען מער פרא קאנסערוועטיוו האט נישט געלאזט געהעריג אפציילן די שטימען, אבער ער האט זיך גענומען צוביזנעס ווערענדיג א גרעסערע מיליאנער פון וואס ער איז געבוירן, ער פירט היינט אן מיט א טעלעוויזיע טשאנאל און אויך אן אינוועסטמעט פירמע אויך איז ער פון די בארד פוןעפל קאמפיוטער און אויך איז ער אן עצה געבער פארגוגל און א פארזיצער פון די אלייענס פארקלימאטקאנטראל, זייענדיג אןאקטיוויסט איבער דער טעמע פוןגלאבאלע אנווארעמונג וואס ער פירט אןראלי'ס ווי עס קומען זיך צוזאמען שווערע טויזנטער שטיצער פון דעראגענדע אויסצודרוקן זייער מיינונג אז די וועלט נעמט נישט גענוג ערנסט דעם געפאר און איין טאג וועט די גאנצע וועלט פארברענט ווערן צוליב די היץ וועט זיך אראפלאזן לויט זייער מיינונג, פארשטייט זיך אז נאר אויב מיר וועלן נישט דערטרונקען ווערן קודם צוליב די וואסער וואס עס ווערט געשאפן פון דער היץ וואס עס צעלאזט די אייז ארום און ארום די וועלט וואס לויט איהם ברענגט דאס ארויף דעם וואסער שטאפל העכער און העכער און וועט איין טאג אנקומען אזוי הויך ווי די העכסטע ערטער אויף דער יבשה.

ווען ער האט פארלוירן האבן א סאך דעמקראטן געזאגט אז די סיבה פארוואס ער האט פארלוירן איז ווייל אין לויף פונעם קאמפיין האט ער זיך דערווייטערט פון זיין באס, פונעם דעמקראטישן פרעזידענטביל קלינטאן, קלינטאן איז באקאנט פאר א שטארקער קאמפיינער, ער ציהט צו זיך די מאסן ספעציעל האט ער א כח אויפצו וועקן דעם בעס די ליבעראלע, אבער גאר ער האט איהם נישט אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין. ווידער דער גאר קאמפיין האט געזאגט אז זיי האבן עס געטוען מיט א כוונה ווייל זיי האבן נישט געוואלט ליידן פון די פראבלעבן וואס איז נאכגעלאפן קלינטאן.

ער איז אין די לעצטע צייטן בעיקר באקאנט פון זיינע אקטיוויזם פארןסביבה און אויפוועקן דעם המון איבער דער סכנה פוןגלאבאלע ווארעמונג אז דאס איז לויט אים א קריזיס. ער האט געשריבן א בוך און א דאקומענטערי וואס הייסט דעראומבאקוועמער אמת און נאך ביכער וואס זענען ווי פארגעטערט ביי די ליבעראלע קאלעדזש פראפעסארן און לינקע עלעמענטן פון לאנד.

ער זאגט אז ער וועט מער נישט לויפן פאר פרעזידענט.

ער האט פארלוירן די וואלן פון זיין הייםשטאַט טענעסי צו בוש.

קריטיק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט איז באקאנט פאר אויפגעבלאזנע אויפטוען, ווי-למשל ער האט זיך בארימט אז ער האט אויסגעטראפן דעםאינטערנעט, דאס איז וויבאלד ער האט געהאלפן מאכן די געזעץ אז די מיליטער זאל ארויסגעבען די אינטערנעטטעכנעלאגיע פארן די ציוועלע געזעלשאפט האט ער זיך פאלש בארימעט.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=על_גאר&oldid=592703"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2026 Movatter.jp