Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

סקאטלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
סקאטלאנד
Scotland
www.gov.scot

סקאָטלאַנד אָדערשאָטלאַנד (ענגליש:Scotland; גאַליש:Albaאַל׳אַפע) איז אַ לאַנד װאָס איז אַ טייל פונעםפאראייניגטן קעניגרייך, וואס באדעקט דעם צפון דריטל פונעם אינזלגרויסבריטאניע. סקאָטלאַנד האט אַ לאנדגרענעץ פון 154 ק״מ מיטענגלאנד צום דרום־מזרח. סקאָטלאַנד האט בארטנס אױף דעםצפון ים צו מזרח, דעראטלאנטישן אקעאן צו מערב און אױך דעםאירישן ים צו דרום־מערב.

סקאָטלאַנד איז אמאל געװען אן אומאפהענגיק לאנד מיט אן אײגענער רעגירונג. יעצט אבער איז עס איינער פֿון די פיר טײלן פֿון דעם פאראײניגטן קעניגרײך. אין יאָר 1603 איז דערמלך פון סקאָטלאַנדזשיימס דער זעקסטער פון סקאטלאנד געװארן אױך מלך איבער ענגלאנד. אין 1707 האָט דער פארלאמענט פון סקאָטלאַנד באהאפֿטן מיטן ענגלישן פארלאמענט צו װערן דער פאלאמענט פֿוןגרויסבריטאניע, און אין1801 האָטגרויסבריטאניע פֿארבונדן מיטאירלאנד צו װערן דאָספאראײנגטע קעניגרײך פֿון גרױסבריטאניע און אירלאַנד. כאטש סקאָטלאַנד איז נישט אומאפהענגיק, דורכאױס זײַן היסטאריע האָט סקאָטלאַנד געהאט אן אײגענע געזעץ סיסטעם און אן אײגענע שולע סוסטעם, און אן אײנציקע קולטור.

זײט1999 האָט סקאָטלאַנד אן אײגענעםפארלאמענט. טראץ דעם װערן אסאך זאכן געפירט פֿון דעם װעסטמינסטער פארלאמענט איןלאנדאן,ענגלאנד. טײל מענטשן אין סקאָטלאַנד האַלטן אז דאָס לאַנד זאל װערן נאכאמאל אומאפהענגיק.

צפון סקאָטלאַנד האָט פֿיל בערג, און װײניג מענטשן װאױנען דארט. רוב מענטשן װאױנען אינעם נידריגן צענטראלן שטח, אָדער ארום דעם בארטן. ארום דעם מערב בארטן און צו צפון־זענען דאָס אסאךאינזלען.

דיהױפטשטאט פֿון סקאָטלאַנד איזעדינבורג, אױפן מזרח בארטן, אבער די גרעסטע שטאָט איזגלאזגוי. כמעט העלפט פֿון סקאָטלאַנד׳ס באפעלקערונג װאױנען אין גלאזגױ אָדער דעם ארומיגן שטח. אנדערע שטעט אין סקאָטלאַנד זענעןאבערדין,דאנדי,אינװערנעס,סטירלינג אוןפערטה.

די באפעלקערונג פֿון סקאָטלאַנד איז 5,194,000 (אפגעשאצט 2009).

סקאטלאנד ווערט צעטיילט אין 32 אדמיניסטראטיווע אפטיילן אדער לאקאלע ראטן, גערופן ראט-שטחים (council areas).[1]גלאזגא שטאָט איז דער גרעסטער ראט-שטח לויט באפֿעלקערונג, און הויכלאנד באדעקט דעם גרעסטן שטח. די סקאטישע רעגירונג גיט איבער געוויסע רעגירונגס-קראפט צו יעדן אפטייל, איינשליסנדיק בילדונג, סאציאלע באדינונגען, און שאסייען און טראנספארטאציע.[1]

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סקאטלאנד פארנעמט א דריטל פון דיבריטישע אינזלען, און געפינט זיך צפון־מערב פון דער יבשה פוןאייראפע.

דער שטח פון סקאטלאנד איז 78,772ק"מ². סקאטלאנד האט א גרענעץ אויף דער יבשה נאר מיטענגלאנד, וואס איז לאנג 96קילאמעטער (60מייל). דער מערב בארטן פון סקאטלאנד איז אויפןאטלאנטישן אקעאן און דער מזרח בארטן איז אויפןצפון ים.אירלאנד געפינט זיך 30 ק"מ פון דרוםקינטייר,נארוועגיע איז 305 ק"מ צו מזרח און דיפארא אינזלען זענען 270 ק"מ צו דרום.

סקאטלאנד׳ס העכסטער פונקט איז דער שפיץ פוןבען נעוויס, אין לאכאבער, הויך 1344 מ איבערן ים פלאך, און סקאטלאנד׳ס לענגסטער טייך, דער טייך טיי, פלוסט א דיסטאנץ פון 190 ק״מ.[2][3]

טראנספארטאציע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. 12Scottish Local Government.דערגרייכט דעם 3טן יאנואר 2019.
  2. Keay, J. & Keay, J. (1994)Collins Encyclopaedia of Scotland. London. HarperCollins. Pages 734 and 930.
  3. Tay.Encarta.ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 17טן מיי 2008.דערגרייכט דעם 21סטן מערץ 2008.
לענדער, טעריטאריעס און באזעצונגען פונעםפאראייניגטן קעניגרייך
באשטאנדטייל לענדער
מעבר-לים טעריטאריעס
קרוין-באזעצונגען
1סואווערענע באזע שטחים. 2 טיילווייזע סוספענדירונג פון סואווערעניטעט צוליב דעםאנטארקטישן אפמאך.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=סקאטלאנד&oldid=584301"
קאַטעגאָריע:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp