סעאָל איז דיהויפטשטאט פוןדרום קארעע, און איז די פינפטע גרעסטעשטאט איבער דערוועלט. סעאל האט אויך די צווייטע גרעסטעבאפעלקערונג אין זייןמעטראפאליטען שטח, נאךטאקיא. ביז1945, איז סעאל געווען הויפטשטאט פארן גאנצן קארעער האלבאינדזל, דערנאך ווען קארעע איז צעטיילט געווארן, איז סעאל אריבער צום דרום. עס געפינט זיך גאר נאנט צו דערדעמיליטאריזירטער זאנע, צווישן די צוויי צעטיילטע לענדער. די שטאט געפונט זיך אויף די ברעגעס פון האַן טייך, און איז דיפאליטישע,פינאנציעלע, אוןקולטורעלע הויפטשטאט פוןלאנד.
די שטאט איז גרויס 605 קוואדראטקילאמעטער, און ריכטיק פאר2009, א באפעלקערונג פון 9,660,532 איינוווינער אין די שטאט, אין דער מערטראפאליע וווינען 22,456,200 איינוווינער, ריכטיק פאר 2009.
טראנספארטאציע איז ווי פאלגנד, נייןאונטערגרונט באן ליניעס, וואס דעקן איבער 100 קילאמעטער. 200 אויטאבוס רוטעס אין שטאט. אין דרום קארעע איז פארהאן די שנעלסטע באן אין דער וועלט נאךיאפאן, וואס פארבינדעט סעאל מיט די אנדערע שטעט.
די שטאט האט צווייפליפעלדער, איינס די אלטע גימפא פליפעלד, וואס באדינט מערסטנס אינלאנדישע לופט פארקער. די צווייטע "אינטשאון אינטערנאציאנאלע לופטפעלד", איז געבויט געווארן אין יאר2001.