Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

מרכז הרב

פֿון װיקיפּעדיע
מרכז הרב
mercazharav.org.il
געביידע פון דער מרכז הרב ישיבה איןקרית משה, ירושלים

מרכז הרב איז א ישיבה איןקרית משה,ירושלים. זי איז געווען די ערשטע רעליגיעזע ציוניסטישע ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, געגרינדעט אין יארה'תרפ"ד דורך הרבאברהם יצחק הכהן קוק, ערשטער אשכנזישן הויפט רב פון ארץ ישראל, אין 1924. דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרביעקב אלעזר כהנא שפירא, זון פון דעם פריערדיקן ראש ישיבה הרבאברהם אלקנה כהנא שפירא.

אסאך פון די גרינדער פון די קומעדיקע דור ציוניסטישע ישיבות האבן געלערנט אין דער מרכז הרב ישיבה אדער זענען געווען תלמידים פון רבנים וואס האבן דארט געלערנט, און עס ווערט פאררעכנט פאר אסאך די "מוטער פון די ציוניסטישע ישיבות."

היסטאָריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
הרב אי"ה קוק, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה

הרב קוק האט אויפגעשטעלט א ישיבה נאך פאר דער ערשטער וועלט מלחמה, אין יפו וואו ער האט געדינט אלס רב, כדי נישט אריינצולאזן קאנפליקטן מיטן אלטן ישוב. פאר דעם צוועק האָט ער זיך געוואָנדן צו די פירער פון "המזרחי" און אפילו פארעפנטלעכט גאַנצע אין דער פּרעסע. די ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין 1909. זי האָט געציילט בלויז צען סטודענטן און עטלעכע יאָר שפּעטער צעלאָזן.

די ראשי ישיבה אין משך פון די יארן זענען געווען הרב קוק, הרביעקב משה חרל"פ, הרבצבי יהודה קוק, הרב אברהם אלקנה שפירא און הרב יעקב שפירא.

 דער ארטיקל בנוגעיידישקייט איז אשטומף. דאס הייסט עס פעלן אין אים גרונטלעכע אינפארמאציע איבערן פארשטאנד פון דער טעמע. ביטע העלפֿט דאספֿארברייטערן.

קאארדינאטן:31°47′16″N35°11′48″E /31.787883°N 35.196655°E /31.787883; 35.196655

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=מרכז_הרב&oldid=593426"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp