Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

מיקלאש הארטי

פֿון װיקיפּעדיע
מיקלאש הארטי
Horthy Miklós
געבורט18 יוני1868
עסטרייך אונגארישע אימפעריערעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט9 פעברואר1957 (אלט 88)
פארטוגאלרעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינהאונגארןרעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאךפאליטיקער, אפיציעררעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפטרעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מיקלאש הארטי (דעם 18טן יוני 1868- 9טן פעברואר 1957) איז געווען דעראונגארישערפרעזידענט, וואס האט געפירט אלס מאנארכיע, פון נאך דערערשטער וועלט מלחמה, כמעט ביז דער ענדע פון דערצווייטער וועלט מלחמה.

לעבנסגעשיכטע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיין פולער נאמען איז וויטייזש נידזשבאניע מיקלאש הארטי.ער איז געבוירן צו אן אדעליגער אונגארישער פאמיליע, און דערפאר האט ער באקומען זיין בילדונג, און א שולע פאר קינדער פון קאמאנדירן, אין דערעסטרייך־אונגארישער אימפעריע.

ער איז געווארן אן אפיציר אין דיים קרעפטן, פון דיעסטרייך מיליטער, אינעם יאר 1886, ביזן יאר 1907, איז ער געווען א גענעראל, אויפן לאגיסטישן טייל פון די מיליטערישע שיפן.

נאכדעם איז ער געווארן, דער סעקרעטאר פוןפראנץ יאזעף דער ערשטער, ביזןערשטע וועלט מלחמה, ווי ער האט קאמאנדירט אויפן דרום פראנט, און ער האט געווינען קעגן דיאיטאליענער, און ער איז פארווונדעט געווארן, אין א קאמף, דערנאך איז געווארןאדמיראל אלס אויסצייכענונג, און איז געווארן הויפט גענעראל פון די ים קרעפטן פון דער אימפעריע, ביז דער ענדע פון דעם קריג.

פאליטיק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דעם 16 נאוועמבער 1918, איז אויפגעשטעלט געווארן די אונגארישע רעפובליק, דורךמיהאלי קארוי, אבער נאכן פארלירן אסאך שטחים צו די לענדער ארום, און פארלירנדיג א דורכגאנג צו א ים, איז אן אדמיראל נישט געווען צו וויכטיג פארן לאנד, דאך איז הארטי געווען א גיבור ביים פאלק, דער רעגירונג פון קארוי האט רעזיגנירט, אין מערץ 1919, און אקאמוניסטישע רעגירונג, מיטן אנפירערשאפט פוןבילא קאהן, איז ארויף אויפן מאכט, די קאמוניסטן זענען געווען ביי די מאכט 133 טעג, און נאכדעם איז הארטי מיט זייןווייסע ארמיי, צוזאמען מיטןרומעניעשן ארמיי, אנגעקומען קייןבודאפעשט, און ביז אנהייב יאר 1920, האבן זיי אויסגעטיילט צרות פאר יידן אין די געגנט.

אין מערץ האט די נאציאנאלע אסעמבלי דערקלערט הארטי, אלס רעגירער פון דער אונגארישער רעפובליק.

זיינע פאליטישע מיינונגען איז געווען ראדיקאל רעכט, און אנטיסעמיטיש, אבער יידישע רעכטן אין אונגארן, זענען געווען גאנץ גוט, ווי אין לענדער אזויוויפוילן, ביז סוף 1930 יארן, ווען אונגארן האט גענויגט צודייטשלאנדס זייט.

ער האט נישט געהאלטן פון מאסן פארניכטיגונג, זיין ציל מיטן זיין אליאירט מיטהיטלער איז געווען צוריק באקומען די שטחים, וואס אונגארן האט פארלוירן, ביי דער ערשטער וועלט מלחמה.

אין זיין רעגירונג איז געווען ערלויבט אנדערע פארטייען, אויסער קאמוניסטן, וואס זענען געווארן אומלעגאל, די באפעלקערונג אין אונגארן, איז געווען גאנץ צופרידן פון זייער רעגירער.


צווייטע וועלט מלחמה

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייענדיק אליאירט מיט דייטשלאנד, האט די אונגארישע ארמיי אטאקירטרוסלאנד, איןאפעראציע בארבאראסע, אין יענע יארן איז ארויסגעקומען געזעצן, וואס זענען געווען געצילט קעגן יידן, אבער ער האט נישט געלאזט די יידן אריבער צו גיין איןגעטאס ווי דינאציס האבן פארלאנגט, אבער ער האט געמאכט ארבעטס לאגערן, ווי יידן האבן געמוזט גיין אויף צוואנגס ארבעט, ארויס צו העלפן די מיליטער, צענדליגע  טויזנטער יידן זענען אומגעקומען אין די לאגערן.

אין 1944 זענען די נאציס אריין אין אונגארן, ווייל הארטי האט פארגעשלאגן א פייער אפשטעל פאר די רוסן, און הונדערטער טויזנטער יידן זענען פארשיקט געווארן אויף אוישוויץ, ווען הארטי האט פארלאנגט אן אפשטעל, זענען סמערהייט יידן שוין געווען פארשיקט, און אין בודאפעשט זענען נאך געווען 150,000 יידן.

אין אוגוסט 1944, האט הארטי ווידעראמאל פארהאנדלט מיט די רוסן, די נאציס האבן אלס נקמה פארכאפט זיין זון, און ער איז געווען געצווינגען צו רעזיגנירן, דיפייל קרייץ איז ארויף צו די מאכט, מיטפערענץ סאלאשי, אלס פירער פון אונגארן, הארטי האט פארברענגט ביזן ענדע קריג אין דייטשלאנד, ווי ער איז געווען אונטער הויז ארעסט, ביז ווען די אליאירטע האבן אים באפרייט.


נאך דער מלחמה

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יוגאסלאוויע האט פארלאנגט אז ער זאלפראצעסירט ווערן, פאר קריגס פארברעכנס, אבער ער איז קיינמאל נישט ערשינען פאר א געריכט, ווארשיינליך פארן פרובירן מאכן א פייער אפשטעל, בייםנירנבערג פראצעס, איז ער געווען אן עד, און דערנאך איז ער באפרייט געווארן, און ער איז געגאנגען וווינען איןפארטוגאל.

הארטי האט געשריבן אין זיין צוואה, אז מען זאל אים באגראבן אין אונגארן, נאר נאכדעם וואס דער לעצטער רוסישער סאלדאט פארלאזט אונגארן. אין 1993 איז זייןגעביין געברענגט געווארן צוקאנדערס, דאס דארף וואו ער איז געבוירן.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=מיקלאש_הארטי&oldid=583973"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp