לעסאָטאָ,(ענגליש: Lesotho) אפיציעל דיקעניגרייך פון לעסאָטאָ איז א קלייןפארלאמענטמאנארכיע לאנד אין דרוםאפריקע. זי איזאינגאנצן ארומגענומען מיטדרום אפריקע, דאס איינציקע לאנד וואס עס גרענעצט. דער שטח פונעם לאנד איז 30,000 קוואדראט ק"מ.
די הויפטשטאט איזמאסערו. אין 2009 איז די באפעלקערונג געווען געשאצט צו 2,067,000.
לעסאטא איז א מיטגליד אין דערקאמאנוועלט.
לעסאטא איז שטיל און פארשטיפט, כמעט דורכזיכטיג אויף די וועלט'ס ארענע. זי איז אבער אויך זייער אייגנארטיג. ווי א יעדע אנדערע מדינה אויף אונזער כדור, בארימט זיך די אפריקאניש לענדל מיט אירע פארשידענע אינטערסאנטע אייגנארטיגע שטריכן. אבער זי באזיצט אויך איין אייגנארטיג פיעטשער וואס מאכט איר אייגנארטיש אייגנארטיג.
לעסאטא איז גאר קליין, קוים אחמציג ווייצל אויף א 10 אינטשיגעגלאוב. אבער דאס מאכט איר נאכנישט אייגנארטיג. זי איז טאקע קלענער פוןשווייץ, אבער אויך פונקט אזוי גרויס-קליין וויבעלגיע, דער הויפטקוואטיר פון די בריטיש-לאזעEU. זי איז אויך היפש גרעסער פון מיניליכטנשטיין און מייקראמאנאקא, ביידע וועלט-בארימט מיט זייער העפליכע הכנסת אורחים פאר משפחתראטשילד והמסתעף.
דאס אז די צווייט-אפיציעלע שפראך אין לאנד איזענגליש איז אויך נישט קיין חידוש. פילע אפריקאנע לענדער – ווי אויך אמעריקע,קאנאדא,אויסטראליע, און נאך – באניצן זיך מיט ענגליש אלץ איר שפראך. דאס איז נאך שריים פון די יארן וועןגרויס בריטאניע מיט איר פראפעסיאנאל-אנשטעלנדע אינגליש עקסענט האט געהערשט אויף עולם האלבע. די אפיציעלע שפראך אין לעסאטא איז "סעסאטא", די לשון פון די עטנישע אנשי "בעסאטא", וואס מאכן אויס דאס רוב מנין ובנין מתושבי לעסאטא יצ"ו. די סעסאטא שפראך איז אבער אויך דער סעמי-אפיציעלער שפראך אין אנדערע מדינות אין די געגענט.
דאס שווארץ לענדל איז געבענטשט מיט א נישקשה'דיגעקארופציע אינדעסטרי, גארנישט ווינציגער ווי די שכנות'דיגעזימבאבווע אדער די ווייטעבאליוויע. אבער א קרייז ארום אונזער וועלטל דערמאנט אונז אז די יעניגע זענען ווייט קיין יחידים במינם. מיר וועלן געמוטליך אויסווארטן די דאזיגע שפע זאל אויפהערן פליסן דארטן, פילייכט דאן וועט זי זיך קענען באקרוינען אלץ אייגנארטיג אין דעם הינזיכט.
לעסאטא איז אבערגיג לאנד; איר נידעריגסטע ארט איז א רעקארד 4,593 פיס העכער דיים פלאך. טאקע אינטערעסאנט. אבער אז מען רעדט פון בערג, ווי קומט זי נאנט בכלל צונעפאל מיט אירעהימעלייענישע הימל קראצערס, די אמעריקאנעקעניאנס הענקים, אדער די אטעם-פארכאפנדעשווייצע טורעמעס.
דער איצטיגער מלך פון די קינגדאם אוו לעסאטא איז דער הויכגעשעצטער מיסטער "דוד מאהאטוי בערענג סיאיסוי", אפיציעל "זיין מאיעסטעט לעטסי דער דריטער", ה' ירים הודו. זיין קעניגליכע שטוהל איז כולו צערעמאניעל; עס טראגט בערך די געוויכט ווי דער ישראל'ישן פרעזידענטרובי ריבלין, אדער דער קרוין פרינץ פוןסוואזילאנד, א טראהן וואס שטייט שוין ליידיג פאר פילע יארן כן ירבו.
לעסאטע פארמאגט אבער נאך איין אייגנארטיג אוצר, אן ענין וואס מען געפונט נישט ביי קיין שום אנדערע מדינה (חוץ ביי צוויי קליינע כמו-לענדער): דער אפריקאנער לעסאטא איז די איינציגסטע לאנד אויף די מאפע וואס זיצט נישט ביים יםבארטן – ער איז ארומגענומען מיט יבשה מכל הצדדים, און פארט פארמאגט ער נאר אייןגרעניץ, דער גרעניץ מיטדרום אפריקע. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע לעסאטא איז גענצליך איינגעשפארט אין דרום אפריקע, כאילו דרום אפריקע איז דערבייגל און לעסאטא איז דער לאך. דער רייזענדער קיין לעסאטא ווייסט אז דער איינציגער וועג אריין אין צום דריטן-וועלט לענדל איז דורך דרום אפריקע; דער טראפיק אריין אין לאנד ווערט גענצליך קאנטראלירט דורך זיי.