ווען דיקריסטליכערעליגיע, איז געווארן פארשפרייט, איז דאס אנגעקומען גלייך אויף לבנון ווי א שכן צוםגליל, און די פעלקער האב צוביסלעך פארלאזט דיגעצנדינעריי, ווען דירוימישע אימפעריע האט אנגעהויבן צעפאלן, און די מוסולמענער זענען ארויפגעקומען אויף דער מאפע, איז דאס פאלק אין לבנון געווען שטארק קריסטליך, און געהערט צו דערמאַראנישער קירכע, גריכיש ארטאדאקסן, און קאטוילישע גריכן, דאן איז עס געווען דיביזאנטישע קירכע.
דידרוזן זענען אנגעקומען קיין לבנון אין דעםעלפטן יארהונדערט, נאך רדיפות וואס זיי האבן געהאט איןעגיפטן, די דרוזן זעען זיך נישט ווי קייןאראבער, נאר ווי א פאלק פאר זיך.
דימוסולמענער האבן איינגענומען דעםאראבישן האלבאינדזל און געצווינגען די אנדערע פעלקער צו אריבערגיין צו דער רעליגיע פוןמוכאמאד, אי מיטן שווערד אי מיט געוואלד, אסאךיידן אוןקריסטן זענען אנטלאפן קיין צפון,סיריע לבנון אוןפאלעסטינע, די וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו אנטלויפן, זענען אין מערסטנטייל אויסגעשחטן געווארן.
ווען די אראבער זענען אנגעקומען צו לבנון, האבן זיי נישט געקענט בייקומען די קריסטן, וואס האבן דארט געוווינט, דימיליטער פון די אראבער, האט דערגרייכטשפאניע, און ביז טיף איןאייראפע, און ביזן ווייטןאזיע, אבער דאס קליינע לאנד האבן זיי נישט געקענט אייננעמען, פארקערט די קריסטן אין לבנון, האבן באוויזן צו מאכן גרויסע שאדן פאר די אראבישע לענדער אין די געגנט ווידמשק,טערקיי, די אראבערס האבן געצאלט א שטייער פאר די קריסטן אין לבנון, אז זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון אנפאלן אראבישע געגנטער, זייער קעניגרייך האט געוויסט פון גוטע צייטן, ווען זיי זענען אנגעקומען ביזירושלים, אוןעכוחיפה, און צייטן ווען די אראבער האבן איינגענומען די שטעט אין לבנון ביים וואסער,צורצידון אבער דאס רוב פון די קריסטן האבן געוווינט אויף די בערג, וואס מען רופט דילבנון בארג, עס האט אנגעהאלטן 650 יאר, ווען די אראבער האבן נישט געקענט איינשטימען, אויף דער ביין אין זייער האלדז, און זעענדיק אז אייננעמען וועט נישט זיין גרינג, האבן זיי אונטערגענומען א נייע סטראטעגיע, פון יעדן שטח וואס זיי האבן איינגענומען, האבן זיי געברענגט אראבער פוןאיראק, צו דער געגנט, ווען די עגיפטישע האבן איינגענומען געגנטער אין לבנון, האבן זיי געברענגט אראבער פון עגיפטן, אזוי זענעןשיאטן, אוןסוני אראבער אנגעקומען אין די געגנט, צום סוף איז דער קריסטליכע מלוכה צעפאלן, און אראבישע כאליפן האבן געהערשט אויף דעם לאנד.
פון דעמאלסט אן האט זיך אנגעפאנגען די אויסהרגנען פון די קריסטן אויף א מאסנווייזע סיסטעם,
עס איז כדי צו דערמאנען, אז די אייראפעישע קירכעס, האבן נישט געהאט צופיל אין קאנטאקט, מיט די קריסטן אין לבנון, מחמת פארשידענע סיבות.
איין סיבה איז די אייראפער האבן געהאלטןיאשקע פאר גאט, ווען די מארונישע האלטן אים פאר א נביא, וואס דאס האט צוגעברענגט צו א האס צווישן די קריסטן איןאייראפע קעגן דער לבנונער, און ווען די אראבער האבן אנגעפאנגען רופן די קריסטן אין לבנוןאראבישע קריסטן, האט עס גאנץ ווייניג אינטערסירט אייראפע, אפילו ווען די געשיכטע איז ארויסגעזויגן פון פינגער, און זיי זענען נישט אראבערס.
זיי האלטן זיך פאר אראמישע, און שטאלצירן מיט זייערקולטור, און ווייזן אן אז דאס גרעסטעיידישע ווערק, איז געשריבן אין אראמיש, וויגמרא,תלמוד ירושלמי,זוהר, און ביז פאר הונדערט יאר צוריק בערך, האבן זיי גערעדט אראמיש צווישן זיך, ווי א געהעריגע שפראך,
די אראבער האבן דערקלערט לבנון אלס אראביש לאנד, ווען עס פאנגט זיך נישט אן, דאס מערהייט דעמאלסט זענען געווען קריסטן, וואס זענען קיינמאל נישט געווען אראבער,
אין יאר 1860 האט אויסגעבראכן די ערשטעברודער קריג אין לבנון, און דיטערקן וואס האבן געהערשט אינעם ראיאן, צוזאמען מיט די דרוזן האבן זיי אומגעברענגט טויזנטער קריסטן, ביז דאן האבן די קריסטן, און די דרוזן, געהאט א געמיינזאמע שפראך, וויבאלד ביידע זענען גערודפט געווארן, דורך זייערע מוסולמענער שכנים, אבער עס האט זיך דעמאלסט געענדיגט, און א אנגעצויגענע שטימונג הערשט צווישן די צוויי עטנישע גרופעס אין לבנון, וואס האלט אן ביז היינט,
ביי דערערשטער וועלט מלחמה, האבןענגלאנד אוןפראנקרייך אונטערגעשריבן דעםסייקס-פיקא פארשטענדעניש, וואס צווישן אנדערע, ווערט לבנון איבערגעגעבן אונטער דעםפראנצויזישן מאנדאט, צוזאמען מיטסיריע, די קריסטן אין לבנון האבן באקומען א האפענונג, אז פראנקרייך וועט זיי ארויסהעלפן.
די פראנצויזן האבן זייער שנעל איינגעזען, דעם עטנישע פראבלעם וואס שלאגט דאס קליינע לאנד, און סיריע האט אנגעפאנגען זען לבנון ווי א טייל פוןגרויס-סיריע, עס האט אנגעהאלטן ביז אינמיטן דערצווייטער וועלט מלחמה, און לבנון איז געווארן זעלבשטענדיג.
אין 1943 איז געווען וואלן, און א מערהייט וואס האט געשטיצט זעלבשטענדיגקייט פון פראנקרייך, האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן, פראנקרייך איז נישט געווען גרייט אויף דעם, אבער נאך סטראשונגען פון דיבריטישע, האבן זיי נאכגעגעבן.
אין דעםפארלאמענט האט ערוויילט א קריסטליכןפרעזידענט, און א מוסולמאןפרעמיער מיניסטער, לויט א פארגלייך צווישן דיעטנישע גרופעס, לויטן פארגלייך איז לבנון א טייל פון די אראבישע מדינות, און די אראבערס אנערקענען און א 55 פראצענט פון די פארלאמענט מיטגלידער געהערט פאר די קריסטן, (אין לבנון ווערן די פארלאמענט מיטגלידער, ערוויילט עקסטער דורך יעדע עטנישע גרופע באזונדער, דאס מיינט, אז פון די ניין און ניינציג מיטגלידער אין פארלאמענט, צוטיילט מען צו יעדע גרופע א באשטימטע נומער, און די גרופע וויילט אויס אירע דעפוטאטן).
נאך דער זעלבטשטענדיגקייט, זענען די שיאטן פון לבנון, אריבערגעגאנגען פון דרום לבנון קייןביירוט, א קריסטליכע פעסטונג ביז דאן, און די הויכע געבורטן צווישן די מוסולמענער, און דאס זייער אריבערציען זיך צו קריסטליכע געגנטער, האט געברענגט די קריסטן וואס זענען אמאל געווען א מאיאריטעט, צו א מינאריטעט, און אסאך האבן דערפאר אויסגעוואנדערט קיין אייראפע, און אמעריקע, אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז 1975.
וועןישראל איז געגרינדעט געווארן, זענען אסאךפאלעסטינע פליטים אנגעקומען קיין לבנון, זיי זענען נישט געווארן קייןבירגער, און זיי זענען פלאצירט געווארן איןלאגערן, ווי אין אנדערע לענדער וואס האבן באקומען פליטים. די קריסטן אין לבנון, האבן אסאך ארויסגעהאלפןיידן, וואס האבן געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דיבריטישע האבן נישט אריינגעלאזט, דורכן טרוקעניש, די יידישע פירערשאפט, האבן געוויסט פון די הילף, וואס די קריסטן שטעלן צו פאר זיי, און זיי האבן פרובירט ארויסצוהעלפן, די קריסטן מיט וואס זיי האבו געקענט, אין די נאכפאלגענדע יארן.
דערלבנון ברודער קריג האט אנגעהאלטן פון 1975 ביז 1990, הונדערטער טויזנטער זענען אומגעקומען, איבער א מיליאן פליטים זענען אנטלאפן, און דיעקאנאמיע האט געקראכט, און נישט אויסגעהיילט געווארן ביז היינט, דימוסולמענער, און בעיקר די שיאטן זענען זייער שטארק געווארן, ובראשם דיכעזבאלא, ישראל איז ארויס פון דרום לבנון אין 2000, און די כעזבאלע איז דארט אריין, און עס האט צוגעפירט צו דעררצווייטער לבנון מלחמה, די מצב דארט איז אומסטאביל, און די איינוווינער פון דער לאנד פאר טויזנטע יארן, עמיגרירן צו אנדערע לענדער, נאכדעם וואס די וועלט טראכט נאר פון די מוסולמענער, און די כלל פון כל דאלים גביר, געוועלטיגט היינט אין לבנון.
אין יאר 1990, איז אונטערגעשריבן געווארן דיטייף אפמאך, וואס האט אפגעשטעלט די כאאס צושטאנד, וואס האט געהערשט דורכאויס די ברודער קריג, און א שלום וואס אויפן פאפיר איז דאס גילטיק, אבער עס איז גענוג א קליין שוועבעלע צוריק אנצוצינדן די פייער.
דערפאריז פונעםמיטל מזרח, איז אין חורבנות, נאך די בלוטיקע מלחמות, וואס זענען דארט אריבער, און די לאנד האט נישט קיין געלט צו פאריכטן.