Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

לאנדאן

פֿון װיקיפּעדיע
לאָנדאָן
London
1סיטי פון לאנדאן
2 לאנדאנער אויג 3טורעם בריק
4 וועסטמינסטער פאלאץ
מדינה /טעריטאָריעענגלאַנד
פאראייניגטע קעניגרייך
גרינדונג דאַטע43
קאָאָרדינאַטן51°30′25″N0°7′39″W /51.50694°N 0.12750°W /51.50694; -0.12750קאארדינאטן:51°30′25″N0°7′39″W /51.50694°N 0.12750°W /51.50694; -0.12750
געביטגרויסלאנדאן
בירגערמייסטערסאדיק קאן
שטח1,570קוואדראט ק"מ
הייך24מעטער

  אין שטאָט
  באַפעלקערונג ענגקײט

8,308,369 (שטייענדיג2012)
5,285 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנעUTC
london.gov.uk
דיטורעם בריק איז פון די מערסט דערקענטע בריקן אין דער וועלט.

לאנדאן (ענגליש:Londonלֹאַנדן) איז דיהויפטשטאט פוןענגלאנד און פונעםפאראייניגטן קעניגרייך, און די גרעסטע שטאט אוןמעטראפאליטן שטח אינעם קעניגרייך. לאנדאן געפינט זיך אויפןטעמז טייך. דער יישוב פון לאנדאן גייט צוריק צוויי טויזנט יאר צום יארג'תת"ג ווען די רוימער האבן אויפגעשטעלט דאס שטעטל לאנדיניום. דער אלטער יישוב איז דיסיטי פון לאנדאן וואָס היט אירעמיטלאַלטער גרעניצן ביז היינט, אבער היינט רופט מען לאנדאן דעם גאנצן געגנט פון לאנדאן, ד"ה דעם שטח פוןגרויסלאנדאן, וואס ווערט רעגירט דורך דיבירגערמייסטער פון לאנדאן אוןלאנדאנער פארזאמלונג.

הײַנט איז לאנדאן פון די וויכסטיגע צענטערס, סײַ פוןהאנדל, סײַ פוןפינאנץ, סײַ פוןקולטור.

לאנדאן איז די שטאט מיט דער דריט גרעסטערבאפעלקערונג איןאייראפע (נאךאיסטאנבול אוןמאסקווע), מיט 8.9 מיליאן אײנוואוינער. צוזאמען מיט דעםארומיגן ראיאן איז די באפעלקערונג מער ווי 15 מיליאן. אין לאנדאן וואוינען פון די מערסטע אויסלענדישע (נישט בריטישע) בירגער פון סיי וועלכע אנדערע שטאט אין דער וועלט, אזוי ווייט אז איינס פון יעדער דריי לאנדאנער איז אן אויסלענדישער; אין רעזולטאט, ווערן גערעדט אין לאנדאן ארום 300 שפראכן.

לאנדאן איז אן אינטערנאציאנאלערטראנספארט מיטלפונקט: זי האט זעקס אינטערנאציאנאלעלופטפעלדער און אויך אפארט פארשיפן. דער הויפט פליפעלד,לאנדאן היטרוי, איז דער וועלט'ס מערסט באשעפטיגטער פליפעלד לויט דעם נומער פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן.[1]

לאנדאן האט די מערסטע באזוכער פון נאר וועלכער שטאט אין דער וועלט.[2]

די 43 אוניווערסיטעטן אין לאנדאן שאפן די גרעסטע קאנצענטראציע פון העכערער בילדונג אין אייראפע.

די שטאָט לאנדאן איז די היים פאר טויזנטערחרדישע פאמיליעס און איז די גרעסטע חרדישע שטאָט איןאייראפע.

לאנדאן אנטהאלט עטליכעוועלט ירושה ערטער: דערטורעם פון לאנדאן, קיו גערטנער, דער פאלאץ פון וועסטמינסטער און גריניטש. אנדערע בארימטע אנדענקפונקטן זענעןבאקינגהאם פאלאץ, דער ביג בען, דערלאנדאנער אויג, פיקאדילי צירקוס,טורעם בריק און וועמבלי סטאדיום. אויך אין לאנדאן זענען עטלעכע חשובע מוזייען: דערבריטישער מוזיי, נאציאנאלע גאלעריע, בריטישע ביבליאטעק און נאך.

דערלאנדאנער אונטערגרונט איז די עלטסטעאונטערגרונט באן סיסטעם אין דער וועלט.

געאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאנדאן האט עטלעכע באדייטונגען. אין דעם הארצן פון לאנדאן איז די אנטיקעשטאט פון לאנדאן.

דער לאנדאנערפאסטאלער דיסטריקט באדעקט 40% פון לאנדאן; דאס איז דער שטח וואו 'לאנדאן' איז א טייל פונעם אדרעס.

גרויס לאנדאן באדעקט א שטח פון 1,579 קוואדראט ק"מ (610 קוואדראט מייל). אין דעם שטח האבן געוואוינט א באפעלקערונ פון 8,173,941 אין 2011 מיט אן ענגקייט פון 5,177 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ (11,760 /קוואדראט מייל). א גרעסערער שטח, דער לאנדאנער מעטראפאליטאנער ראיאן, באדעקט א שטח פון 8382 קוואדראט ק"מ, מיט א באפעלקערונג פון 12,653,500 און אן ענגקייט פון 1,510 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ.[3]

מאדערנער לאנדאן שטייט אויפןטעמז, א טייך וואס פליסט אריבער דער שטאט פון דרום־מערב קיין מזרח. דער טעמז טאל איז אפארפלייצונגפלוין ארומגענומען מיט בערג ווי פארלאמענט בארג, אדינגטאן בערג און פרימראז בארג.

זייט די יארן פון דערמלכה וויקטאריע האט מען געבויט ברעגן בייםטעמז טייך, און אסאך פון זיינעבייטייכן פליסן אונטער דער ערד. דער טעמז איז א פלייצטייך, ממילא איז לאנדאן גרינג צו ווערן פארפלייצט.[4] די געפאר האט זיך פארגרעסערט דורך די יארן וועגן א שטענדיקער פאמעלעכער העכערונג אין דעם הויך וואסער ניווא.[5]

לאנדאן האט א קלימאט ענלעך צו גאנץ דרום בריטאניע. כאטש מענטשן מיינען אז לאנדאן האט פיל רעגן, איז דער דורכשניטלעכער אפזעץ (אראפגעלאזטע פייכטקייט) אין לאנדאן 602 מ"מ א יאר—ווינציקער ווירוים (834 מ"מ),בארדא (923 מ"מ),טולוז,סידני אוןניו יארק. אין ווינטער איז גוט קיל, און צווישן נאוועמבער אין מערץ פאסירט אין די פארשטעט פון לאנדאן א פראסט צוויי מאל א וואך. עס שנייט אפשר פיר מאל א יאר, נארמאל צווישן דעצעמבער און פעברואר. די טעמפעראטור אין ווינטער איז נארמאל צווישן ºC4- און ºC14. אין זומער איז ווארעם, און דער צענטער פון לאנדאן קען זיין ווארעמער מיט ºC5 ווי די פארשטעט. די דורכשניטלעכע זומער טעמפעראטור אין לאנדאן איז ºC24, און בערך 7 טעג אין יאר גייט די טעמפעראטור אריבער ºC30.

דער ווינטער פון 2010 איז געווען דער קעלטסטער מיט א טעמפעראטור פון ºC14- ( ºF6.8) אין נארדהאלט, און דער שווערסטער שניי זייט 20 יאר.

לאנדאן איז צעטיילט זייט 1965 אין 32לאנדאנער באָראָס און דיסיטי פון לאנדאן. די סיטי פון לאנדאן נעמט איין די אוראלטע שטאט פון לאנדאן און איז דער הויפט פינאנץ דיסטריקט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. נאנט צום אלטןפארט פון לאנדאן געפינט זיך דער איסט ענד, א גאנץ ארעם טייל פון לאנדאן, וואו ס'וואוינען א סאך אימיגראנטן. דער וועסט ענד איז דער פארוויילונג און איינקויף צענטער, וואס ציט די טוריסטן.

איבער גאנץ לאנדאן ניצט מען נאך די נעמען פון די אלטע דערפער ארום וועלכע לאנדאן איז געוואקסן, ווי למשל בלומזבורי, מייפער, וועמבלי און ווייטשעפל.

די גרעסטע פארקן אינעם צענטראלן שטח פון לאנדאן זענען די קעניגלעכע פארקן,הייד פארק, קענזינגטאן גארטנס און רידזשנטס פארק (וואו דערלאנדאנער זאא געפינט זיך). ווייטער פונעם צענטער זענען גריניטש פארק, בושי פארק, ריטשמאנד פארק (דער גרעסטער פארק אין לאנדאן) און וויקטאריע פארק אין מזרח לאנדאן. אויך געפינט זיך אין צפון לאנדאן דער אפענער ארט העמפסטעד היט, מיט א שטח פון 320 העקטארן.

שטאט אויסבליק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
פּאַנאָראַמע בילד פון צענטראַל לאָנדאָן (יוני 2012)
א פּאַנאָראַמישער שאָס פון לאָנדאָן
א פּאַנאָראַמישער שאָס פון לאָנדאָן

דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די באפעלקערונג פון לאנדאן האט געוואקסן גיך אין די 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערטער, און איז געווען די גרעסטע שטאט אין דער וועלט ביז אין 1925 איזניו יארק געווארן גרעסער. די גרעסטע באפעלקערונג פון לאנדאן איז געווען 8,615,245 אין 1939 קורץ פארן אויסבראך פון דערצווייטער וועלט מלחמה. ביים 2001 צענזוס איז די באפעלקערונג אראפ צו 7,192,091, אבער זי איז געשטיגן צו 8,173,941 ביים 2011 צענזוס. לאנדאן איז דיגרעסטע שטאט אינעם אייראפעישן פארבאנד, און די צווייטע מערסט באפעלקערסטע שטאט אין אייראפע. לאנדאן איז די 19טע גרעסטע שטאט אין דער וועלט.

אין 2005 האט לאנדאן געהאט 7.5 מיליאן איינוואוינער. פון זיי זענען 71% ווייסע, 10%אינדישע אדערפאקיסטאנער, 5% שווארצע פוןאפריקע, 5% שווארצע פון דיקאראיבישע אינזלען, 3% געמישטע און 1%כינעזישע. לויט רעליגיע זענען 58.2%קריסטן, 15.8% קיין רעליגיע, 7.2%מוסולמענער, 4.1%הינדו, 2.1%יידן, און 1.5%סיקן. 21.8% פון די איינוואוינער זענען געבוירן אינדרויסן פונעםאייראפעישן פארבאנד.

דער שטאטישער שטח פון לאנדאן האט אומגעפער 14 מיליאן איינוואוינער, און ווערט גערעכנט דער גרעסטער שטאטישער שטח איןאייראפע, און צווישן די 20 גרעסטע אין דער וועלט.

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דער פאלאץ פון וועסטמינסטער ביינאכט, אריבער דעם טעמז

די רוימען האבן אויפגעשטעלט די פארצייטישע שטאט "לאנדיניום" אום יאר 43 לספירה, און אנדערע טענה'ן אז נאך פריער איז שוין געווען א שטאט אויפן ארט. ווערנט דעם צווייטן יארהונדערט לספירה איז די שטאט געווארן די הויפטשטאט פון דעם בריטאניע דיסטריקט אין דעררוימישער אימפעריע. נאכן איינפאלן פון דער רוימישער אימפעריע איז די שטאט איבערגעלאזט. די זאקסאנען האבן ווידעראמאל אויפגעשטעלט די שטאט אינעם 7טן יארהונדערט לספירה, עטלעכע קילאמעטער מערב פון דער פריערדיקער שטאט, מיטן נאמען "לאנדנוויטש". עס איז מעגלעך אז די שטאט האט געהאט א באפעלקערונג פון 10,000 מענטשן.

נאכן זיג פון וויליאם דער אייננעמער אין 1066, האט מען אים באקרוינט מלך אין וועסטמינסטער. ער האט געבויט דעםטורעם פון לאנדאן, דער ערשטער פון עטלעכע שטיינערנע טורעמען, אין דעם דרום־מזרחדיקן ווינקל פון לאנדאן. אין 1097 האט וויליאם דער צווייטער אנגעהויבן בויען וועסטמינסטער האל, וואס האט זיך אנטוויקלט אינעם היינטיקן פאלאץ פון וועסמינסטער.

דער נאמען לאנדאן האט באדייט נאר דיסיטי פון לאנדאן ביז 1889, ווען מען האט אויפגעשטעלט די גראפנשאפט פון לאנדאן, וואס האט געדויערט ביז 1965, ווען מען האט פארביטן די גראפנשאפט מיטגרויסלאנדאן, וואס באדעקט דעם היינטיקן שטח.

אינעם 9טן יארהונדערט לספירה זענען מענטשן צוריקגעקומען אין גאר גיך איז זי געווארן די גרעסטע שטאט אין דעם ענגלישן קעניגרייך, און זיין הויפטשטאט פונעם12טן יארהונדערט. מיט די יארן האט לאנדאן ווייטער צוגעצויגן די ארומיגע דערפער ביז זי איז געווארן די גרעסטע שטאט אין דער וועלט פון 1831 ביז 1925.

לאנדאן איז געווארן זייער איבערגעפאקט, וואס האט גורם געווען עפידעמיעס פוןכאלערע, פון וואס 14,000 מענטשן זענען געשטארבן אין 1848 און 6,000 אין 1866.

אדמיניסטראציע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
א לאנדאנער אמבולאנס
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן

די אדמיניסטראציע פון לאנדאן איז אין צוויי שיכטן: א סטראטעגישער שטאט שיכט און א לאקאלער שיכט. די שטאט אדמיניסטראציע איז דיגרויסלאנדאנער אויטאריטעט מיט דעםבירגערמייסטער פון לאנדאן איר עקסעקוטיוו און דילאנדאנער פארזאמלונג וואס איז חוקר ודורש זיין ארבעט.

לאנדאן פארמאגט איינע פון די גרעסטעעמערזשענסיאמבולאנס סערוויס אין די וועלט, מיט איבער אכט טויזנט מיטגלידער, און זיבעציג סטאנציעס מיט ארום דריי טויזנט אינצידענטן א טאג.

לאנדאן איז א וויכטיגע שטאט ווייל די רעגירונג פונעם פאראיינגטן קעניגרייך איז פלאצירט ארום דעם פאלאץ פון וועסטמינסטער. גאנץ נאנט געפינען זיך אסאך דעפארטמענטן פון דער רעגירונג, טייל פון זיי אין ווייטאל. דער פרעמיער מיניסטער וואוינט אין דאונינג סטריט, נומער 10.

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאנדאן, היים פון דער לאנדאנער בערזע, די הויפטבערזע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך און די גרעסטע אין אייראפע, איז ענגלאנד'ס פינאנציעלער צענטער—100 פון אייראפע'ס 500 גרעסטע קארפאראציעס זענען באזירט אין לאנדאן.[6] לאנדאן איז דער גרעסטער פינאנציעלער צענטער אין אייראפע, און אויך היינט (2009) די גרעסטע אין דער וועלט.[7]

דער פארט פון לאנדאן איז דער צווייטער גרעסטער פארט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך, און באהאנדלט 45 מיליאן טאן פראכט א יאר.

דער נאטירלעכע היסטאריע מוזיי

טוריזם איז א הויפט אינדוסטריע אין לאנדאן און באארבעט דעם עקוויוואלענט פון 350,000 גאנצטאגיקע ארבעטער אין לאנדאן אין 2003,[8] און די יערליכע הוצאות פון טוריסטן איז אומגעפער £15 ביליאן.[9] לאנדאן ציט צו מער ווי 15 מיליאן אינטערנאציאנאלע באזוכער א יאר, אזוי איז עס פון דער וועלטס מערסט באזוכטע שטאט. לאנדאן ציט צו 27 מיליאן איבערנעכטיקע באזוכער יעדע יאר.[10]

אין 2009 זענען די צען מערסט-באזוכטע אטראקציעס אין לאנדאן געווען:[11]

  1. בריטישער מוזיי
  2. נאציאנאלע גאלעריע
  3. טייט מאדערן
  4. נאטירלעכע היסטאריע מוזיי
  5. לאנדאנער אויג
  6. וויסנשאפט מוזיי
  7. טורעם פון לאנדאן
  8. נאציאנאלער ים-מוזיי
  9. וויקטאריע און אלבערט מוזיי
  10. מאדאם טוסא

טראנספארט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
שווארצע טעקסי

טראנספארט איז איינער פון די פיר שטחים פון פאליטיק געפירט דורך דעם מעיאר פון לאנדאן. דאס פובליק טראנספארט נעצווערק וואסטראנספארט פאר לאנדאן (TfL) פארוואלטעט איז דאס ברייטסטע אין דער וועלט און זי ווערט פארלויבט אלס פון די בעסטע פובליקע טראנספארטן.

די דרייווערס פון די שווארצעטעקסי אויטאס אין לאנדאן (באקאנט אלס די בלעק קעבס) גייען אדורך שווערע טרענירונגען בעפאר'ן זיך איינגעבן צו ווערן א דרייווער. אין רוב לענדער וועט מען בלויז דארפן א ליצענץ צו קענען ווערן א טעקסי דרייווער, אין לאנדאן ברויך מען זיך לערנען ארום 2 ביז 4 יאר, און מ'מוז קענען יעדע איינציגסטע גאס אין לאנדאן פון אויסערווייניג. אזוי אויך ברויך מען קענען אויסרעכענען וואס איז דער שנעלסטער וועג אנצוקומען צו דער פאסאזשיר'ס דעסטינאציע. אין רעזולטאט, זענען די טעקסי פרייזן אין שטאט גאר הויך.

ביציקלען ווערט א פאפולערער וועג ארומצופארן אין לאנדאן.

דערלאנדאנער אונטערגרונט איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטעמעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנטיג פון 1863.[12][13]

דער צענטראלפונקט פון דער פובליק טראנספארט נעצווערן איז דערלאנדאנער אונטערגרונט — וואס מ'רופט אין אלגעמיין דער "טיוב"—וואס האט עלף צווישנפארבונדענע ליניעס. ער איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטעמעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנדיג פון 1863.[12][13] די ערשטע אונטערגרונטיגע ליניע איז געווען, די סיטי און דרום לאנדאן באן, וואס האט אנגעהויבן ארבעטן אין 1890.[14] יעדן טאג זענען דא מער ווי דריי מיליאן רייזעס אויף דער אונטערגרונט נעצווערק, בערך 1 ביליאן א יאר.[15] דער אונטערגרונט באדינט דעם צענטראלן ראיאן פון לאנדאן און רוב פארשטעט צפון פונעם טעמז; די דרומדיקער זענען באדינט פון א ברייטער איבערפלאכיגער באן נעצווערק.

לאנדאן האט אויך א צווייטע 'מעטרא' סיסטעם,דאקלאנדס לייכטע באן, וואס ניצט קלענערע און גרינגערע צוגן. די באן האט געעפנט אין 1987 צו באדינען מזרח לאנדאן און גריניטש, פון ביידע זייטן פון דעםטעמז טייך.

רוב פון די צווישנשטעט באנען פארן נישט אדורך לאנדאן, נאר זיי ענדיגן אין איינער פון די פערצן סוף-סטאנציעס ארום דעם צענטער פון לאנדאן. עס זענען פאראן אבער צוויי אויסנאמען. ערשטנס, דיטעמזלינק רוטע, וואס ווערט אפערירט היינט פון ערשטער קאפיטאל קאנעקט, צווישןבעדפארד אוןברייטאן, פארנדיג אדורך לאנדאן צפון־דרום.

זייט די אנהייב 1990ער יארן, וואקסנדיקע דריקונגען אויף די צופארער באן און אונטערגרונט נעצווערק האבן גורם געווען מער נאכפרעג—בפרט פון געשעפטן און דער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע —פארקרייצבאן: א £10 ביליאן מזרח-מערב שווערע באן פארבינדונג אונטער צענטראל לאנדאן, וואס איר קאנסטרוקציע האט אנגעפאנגען דעם15טן מיי 2009.[16] אין יאר האט די באן געעפנט מיטן נאמען דיעליזאבעט ליניע, וואס פארט אדורך לאנדאן מזרח־מערב.

הויכע-גיךאייראסטאר באנען פֿארבינדןסט פאנקראס אינטערנאציאנאל מיטליל אוןפאריז איןפראנקרייך, אוןבריסל איןבעלגיע. מיט רייזע צייטן קיין פאריז (2ש 15מ) און בריסל (1ש 51מ) איז לאנדאן געווארן נענטער צו קאנטינענטאלער אייראפע ווי אנדערע שטעט אין בריטאניע, א דאנק דער נייערהיי ספיד 1 גערעלס פֿארבינדונג צו דעםקאנאל טונעל. פֿון 2009 וועט די ליניע אויך טראגן הויך-גיך אינלענדישע נסיעות פֿון קענט קיין לאנדאן. די סט פאנקראס באן סטאנציע באדינט צוויי אינטערנאציאנאלע ערפארטן דורך טעמזלינק , און וועט באזארגן דירעקטע באן פארבינדונגען צו דעם אלימפיאדע ארט איןסטראטפארד ניצנדיג בריטישע באן קלאס 395 צוגן, באזירט אויף יאפאנישעשינקאנסען הויכע-גיך באנען.

דער מאדערנער ענווירא 400 טאפלדעק בוס וואס באדינט רוטע 139

דערלאנדאנער בוס נעצווערק איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, פארנדיק 24 שעה'ן א טאג, מיט 8,000 בוסן, 675 בוס רוטעס, און העכער פון 6 מיליאן פאסאזשירן נסיעות יעדן ארבעטסטאג. אין 2019 האט דער נעצווערק געהאט העכער פון 2 ביליאן פאסאזשירן נסיעות א יאר וואס איז מער ווי די אונטערגרונט. יעדע יאר קומט אריין אומגעפער £1.2 ביליאן אין הכנסות. לאנדאן האט די גרעסטע רעדערשטול דערגרייכלעכע נעצווערק אין דער וועלט און, זייט 2007, איז געווארן מער דערגרייכלעך צו פאסאזשירן מיט פארשעדיקטע הערן און זען, מיט קאמפיוטער אנאנסן.[17] די אויטאבוסן זענען קענטלעך איבער דער גארער וועלט, אזוי אויך דער לאנדאנערטיוב.

לאנדאן האט א מאדערןטראמוויי נעצווערק, "טראַמלינק", באזירט אין קרוידן אין דרום לאנדאן. דאס נעצווערק האט 39 סטאנציעס און פיר רוטעס; אין 2008 האט עס געטראגן 26.5 מיליאן מענטשן. זייט יוני 2008 געהערט טראמלינק אינגאנצן צוטראנספארט פאר לאנדאן.

היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס מערסט פארהאוועטער ערפארט לויט דער צאל פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן

לאנדאן איז א הויפט אינטערנאציאנאלער לופט טראנספארט קנופ. ס'זענען דא אכט פליפעלדער וואס רופן זיך "לאנדאן ערפארט", אבער דער עיקר פארקער פארט אדורך פינף הויפט ערפארטן.

לאנדאן היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס פארהאוועטסטער ערפארט פאר אינטערנאציאנאלן פארקער, און איז דער הויפט קנופ פאר'ן נאציאנאלן פאנטרעגער,בריטיש ערווייס. היטרוי באהאנדלט אינלענדישע, אייראפעישע און צווישן-קאנטינענטאלע פאסאזשער פליען. מ'הייבט אן מיט פלענער פאר א זעקסטן טערמינאל, כאטש די שכנותדיגע איינוואוינערס דערגעגן זיך שטארק.[18] אן ענלעכער פֿארקער, מיט אויך עטלעכע ביליגע קורצער-מהלך פליען, ווערט באהאנדלט דורךלאנדאן גאטוויק ערפארט. לאנדאן סטאנסטעד ערפארט און לאנדאן לוטאן ערפארט באדינען בעיקר ביליגע קורצער-מהלך פליען.לאנדאן סיטי ערפארט, דער קלענסטער און מערסט צענטראלער ערפארט, איז בעיקר פאר האנדל פֿארערס, מיט א געמיש פון קורצע-רייזע פלאנירטע פליערס און אסאך ביזנעס דזשעט פֿארקער.[19]

אין צענטראל לאנדאן פארן מערסטע מענטשן מיט פובליקן טראנספארט, אבער אין דרויסנדיקן לאנדאן פארט מען אסאך מיט אן אויטא. לאנדאן האט דריי רינג שאסייען: די אינערוועניגסטער רינג שאסיי, די צפון און דרום קיילעכדיגע גאסן און דער M25.

איןצענטראל לאנדאן זענעו די מערהייט פון רייזעס מיט פובליקן טראנספארט, אבער אין די פארשטעט פארט מען מער מיט אויטאס. די אינער רינג גאס (ארום דעם שטאט צענטער), די צפון און דרום צירקולארע גאסן (אין די פארשטעט), און דער דרויסדיקער ארביטיר־אויטאסטראד (דער M25, אינדרויסן פונעם אויפגעבויטן שטח) רינגלען ארום דער שטאט און דרונגען אריין אין אינעווייניקסטן לאנדאן און שניידן אדורך עטלעכע באשעפטיקע ראדיאלע רוטעס—אבער ווייניק אויטאסטראדעס. אין 2003, האט מען איינגעפירט א געדראנג אפצאל צו מינערן דעם פארקער אין דעם שטאט צענטער. אחוץ א פאר אויסנאמען, דארפן מאטאריסטן צאלן £10 א טאג צו פארן אין א געוויסער זאנע וואס נעמט איין א גרויסן טייל פון פארשטאפטן צענטראלן לאנדאן.[20] מאטאריסטן וואס וואוינען אין דער זאנע קענען באקומען א פאס אויף ביליג וואס מען באנייט יעדן מאנאט, און איז ביליגער ווי דאס פארגעלט אויף די אויטאבוסן.[20]

לאנדאן האט אויך צוויי "פארקירן און פארן" ערטער וואס זענען באקוועם פאר איינקויפער אויף אקספארד גאס און באנד גאס, וועסמינסטער סיטי ראט אויטא פארקן האט א בוס דינסט פון די פארק ליין און מארבל ארטש אויטא פארקן.

באַרימטע ערטער אין לאָנדאָן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
עליזאבעט טורעם מיט די ביג בען
  • דער איקאנישער זייגערטורעם עליזאבעט טאוער מיטן "ביג בען"זייגער, אינעווייניג געפינט זיך א גלאק וואס וועגט דרייצן אהאלב טאָן.

בילדונג

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאנדאן איז א הויפט צענטער פון העכערער בילדונג, סיי לערנען סיי פארשונג, און זיינע 43 אוניווערסיטעטן זענען די גרעסטע קאנצענטראציע פון העכערער בילדונג אין אייראפע.אין 2008/9 איז געווען די העכערע בילדונג סטודענטן באפעלקערונג אין לאנדאן אומגעפער 412,000, פון זיי 287,000 איינגעשריבן פאר ערשטע דיפלאמען און 118,000 וואס שטודירן ביי שוין גראדואירטן ניווא. די צאל אינטערנאציאנאלע סטודענטן אין לאנדאן איז געווען 97,150, א פערטל פון סה"כ אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

עטלעכע וועלטס בילדונג אנשטאלטן געפינען זיך אין לאנדאן. לויט די ראנגירונג פון 2012 זענען אוניווערסיטעט קאלעגיע לאנדאן (ראנגיק 4טער אין דער וועלט), אימפעראלע קאלעגיע לאנדאן (6טער) און קינגס קאלעגיע לאנדאן (26טער).

קולטור

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאנדאן האט צענדליקעטעאטערן, דער מערסטע טייל פון זיי אינעם וועסט ענד. אויך האט לאנדען עטלעכעארקעסטערן אוןאפערע הייזער.

מוזייען און קונסט גאלעריעס

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דער בריטישער מוזיי

לאנדאן איז דער היים פון א סךמוזייען און גאלעריעס וואס ציען טוריסטן; טייל פון זיי דארף מען צאלן אריינצוגיין אבער א סך קען מען באזוכן בחינם.דער ערשטער מוזיי אין לאנדאן איז געווען דערבריטישער מוזיי אין בלומסבורי, געגרינדעט אין 1753. היינט האט דער מוזיי זיבן מיליאן ארטעפאקטן פון ארום דער וועלט.אין 1824 איז געגרינדעט געווארן די נאציאנאלע גאלעריע פאר דער נאציאנאלער בריטישער זאמלונג פון געמעלן; די גאלעריע פארנעמט א חשובן ארט אין טראפאלגאר סקווער.אין דעם צווייטן העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האט אנטוויקלט איןדרום קענזינגטאן א קולטורעלער און וויסנשאפטלעכער צענטער, מיט דריי הויפט נאציאנאלע מוזייען, דער וויקטאריע און אלבערט מוזיי, דער נאטירלעכע היסטאריע מוזיי און דערוויסנשאפט מוזיי.

ראיאל אלבערט האל

לאנדאן איז איינער פון דיקלאסישע מוזיק און פאפולערע מוזיק הויפטשטעט פון דער וועלט. די שטאט פארמאגט עטלעכע חשובע ארקעסטערס און קאנצערט זאלן ווי למשל דער בארביקאן קונסט צענטער (היים פונעם לאנדאנער סימפאני ארקעסטער), קאדאגאן זאל (קעניגלעכער פילהארמאנישער ארקעסטער) און דער ראיאל אלבערט האל (די פראמס). די הויפט אפערע הייזער אין לאנדאן זענען דאס קעניגלעכע אפערע הויז און דער קאליסעום טעאטער. די שטאט פארמאגט אויך עטלעכע קאנסערוואטאריעס: די קעניגלעכע אקאדעמיע פון מוזיק, די קעניגלעכע קאלעגיע פון מוזיק, גילדהאל שולע פון מוזיק און דראמע און טריניטי קאלעגיע פון מוזיק.

וועמבלי סטאדיאן ביינאכט

אין לאנדען געפינען זיך וועמבלי סטאדיאן, וואס קען האלטן 90,000 מענטשן, און די פעלדער פון די ווימבלדאן טעניס מייסטערשאפטן.

לאנדאן איז די איינציגסטע שטאט אין דער וועלט וואס האט גאסטירט דיאלימפיאדע דריי מאל: אין 1908, 1948 און2012.

דער פאפולערסטער ספארט אין לאנדאן איזפוטבאל, מיט 14 קלובן אין דער פוטבאל ליגע, זעקס פון זיי אין דער פרעמיער ליגע: ארסענאל, טאטנהאם האטספער, וועס האם יונייטיד, טשעלסי, פולהאם און קווינס פארק ריינדזשערס.

אויך האט לאנדאן פינףראגבי יוניאן קלובן אין דער אביבה פרעמיערשאפט. דער נאציאנאלער ראגבי סטאדיאן געפינט זיך אין טוויקנהאם, דרום־מערב לאנדאן, און קען האלטן 84,000 מענטשן.

לאנדאן האט צוויי טעסטקריקעט גרונטן, לארדס אין סט דזשאנס וואוד און דער אוול אין קענינגטן.

יעדע יאר אין אפריל קומט פאר דער לאנדאנערמאראטאן מיט עטלעכע 35,000 לויפער וואס לויפן א וועג פון 42.2 ק"מ ארום דער שטאט.

אויך קומט פאר יעדע יאר דער אקספארד און קעמברידזש רודערשיפל געיעג אויפןטעמז, פון פאטני קיין מארטלייק.

אידישער יישוב אין לאנדאן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאנדאן האט א גרויסן יישוב פון אומגעפער 200,000 יידן, די גרעסטע יידישע קהילה אין בריטאניע.דער היינטיקער יישוב פון יידן אין לאנדאן גייט צוריק צום יארה'תט"ז, וועןמנשה בן ישראל איז געקומען פוןהאלאנד און האט געגרינדעט א ספרדישע קהילה. בערך 80 יאר שפעטער האבן אנגעהויבן צו קומען אשכנזישע יידן פון די דייטשע לענדער. די ערשטע פאראייניגטע אשכנזישע קהילה אין לאנדאן איז געווען די "פאראייניגטע שול" (ענגליש:United Synagogue). דער אב"ד פון דער פאראייניגטע שול איז דער "הויפט רב", היינט הרבאפרים מירוויס. אין די תר"ם יארן האבן די שולן און שטיבלעך אינעם איסט ענד, בעיקר פוילישע און רוסישע יידן, זיך פאראייניגט אונטער דער "פעדעראציע פון שולן" (ענגליש:Federation of Synagogues). זייער אב"ד איז הרב ליכטנשטיין.

אין תרפ"ו איז געשאפן געווארן דער יסוד פון דער היינטיגער חרדישער קהילה, דאסהתאחדות קהלות החרדים. היינט צוטאג דינט דארטן אלס רב הרבמשה חיים אפרים פאדווא וואס ער איז אן איידעם ביים ריסקעווער רב, וואס האט איבערגענומען דעם כתר הרבנות פון זיין טאטן, הרבחנוך העניך פאדווא, וואס האט געדינט דארטן ארום א יובל יארן.

די גרויסע צענטערן פון יידן אין לאנדאן זענען איןאילפארד,גאלדערס גרין,עדזשווער, הענדאן אוןסטאמפארד היל, אחוץ פון צענדליקע געגנטן ארום לאנדאן וואו יידן וואוינען.

די חרדישע קהילה איז קאנצענטרירט אין דריי געגנטן: סטאמפארד היל, גאלדערס גרין און הענדאן, און עדזשווער. די יידן וואס וואוינען אין סטאמפארד היל זענעו אין מערסטן טייל חסידיש.

די חרדישע סטאמפארד היל געפינט זיך אין אין צפון לאנדאן אין דילאנדאנער בארא פון העקני, און אזוי אויך איןהערינגיי. די גאלדערס גרין געגנט געפינט זיך צפון-מערב לאנדאן אין דערלאנדאנער בארא פון בארנעט.

צווישן די גרויסע יידישע שולעס אין לאנדאן זענען JFS, חשמונאים, יסודי התורה אוןבית יעקב פון גאלדערס גרין. די ישיבות אין לאנדאן זענען כולל בעלז, באבאוו, לב שמחה (די גערער ישיבה פון אייראפע), ישיבת חיי עולם און דימתיבתא.

אין לאנדאן דערשיינען יעדע וואך דריי זשורנאלן, דער דזשואיש קראניקל, דיאידישע טריבונע אוןהמודיע.

שוועסטער שטעט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרויסלאנדאנער אויטאריטעט -

ארעקיפא,פערו
באגאטא,קאלאמביע
בערלין,דייטשלאנד
בייזשינג,כינע
טאקיא,יאפאן
טעהראן,איראן
יאהאנעסבורג,דרום אפריקע
לא פאז,באליוויע
מאסקווע,רוסלאַנד
ניו יארק סיטי,פאַראייניקטע שטאַטן
Coat of arms of département 75פאריז,פראַנקרײך
קואלא לומפור,מאלייזיע


רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. "Delta Expects New Slots To Foster Growth At Heathrow Airport",The Wall Street Journal(23סטן פעברואר 2011). דערגרייכט דעם 7טן מערץ 2011.ארכיווט פונעםאריגינאל דעם 2011-05-13. 
  2. Euromonitor International's Top City Destination Ranking (2011 update).Euromonitor International(6 January 2011).ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 8טן אויגוסט 2011.דערגרייכט דעם 8טן אויגוסט 2011.
  3. Metropolis: 027 London, World Association of the Major Metropolises.דערגרייכט דעם3טן מיי 2010.
  4. Flooding.UKEnvironment Agency.ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 15טן פעברואר 2006.דערגרייכט דעם 19טן יוני 2006.
  5. "Sea Levels" – UK Environment Agency.Environment Agency.ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 23סטן מיי 2008.דערגרייכט דעם 6טן יוני 2008.
  6. פינאנציעלער צענטער.London.gov.uk.דערגרייכט דעם 2009-09-05.
  7. City of London Policy and Resources Committee.The Global Financial Centres Index(PDF).cityoflondon.gov.uk.ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 2009-10-07.דערגרייכט דעם 2009-09-05.
  8. London is the HR centre of opportunity in the UK.PersonnelToday.com(15 פעברואר 2005).ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 19טן מיי 2011.דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
  9. "The Importance of Tourism in London(PDF).ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 28 June 2007.", Visit London. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
  10. "London 101: One Hundred and One Amazing Facts About London(PDF).ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 28 June 2007.PDF (1.15 MiB)", Visit London. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
  11. Top 10 London Attractions.Visit London(1 April 2011).ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם19טן מיי 2011.דערגרייכט דעם26סטן אפריל 2011.
  12. 12Transport for London.London Underground: History.דערגרייכט דעם 2006-09-17.
  13. 12"Beijing plans to overtake London with world's longest subway", Guardian Unlimited, דערגרייכט דעם2007-12-14.
  14. Schwandl, Robert (2001)London Underground UrbanRail.net. דערגרייכט דעם2006-09-24.
  15. "וויאזוי בעסט ניצן די לאנדאנער אונטערגרונט(ארכיווירט 24.12.2010 ביי דערWayback Machine)", The Travel Insider,4 July2004 (לעצט דערהיינטיקט:8טן מיי2006). דערגרייכט דעם2006-06-03.
  16. קאנארי ווארף סטאנציע אנגעפאנגען צוריקגעקריגט אום2009-05-26.
  17. London's bus improvements get Parliamentary seal of approval.Transport for London.דערגרייכט דעם 2008-01-03.
  18. וועגן היטרוי, BAA Heathrow. דערגרייכט דעם2006-09-17.
  19. London City Airport - Corporate Information(ארכיווירט 29.04.2008 ביי דערWayback Machine). דערגרייכט דעם2006-06-17.
  20. 12London Congestion Pricing. דערגרייכט דעם2007-08-17.
גרויסלאנדאן ·לאנדאן ·סיטי פון לאנדאן
ראיאן
לאנדאנער באראס
 הויפטשטעט פון די מיטגליד לענדער פונעםאייראפעישן פארבאנד
אטען,גריכנלאנד ·אמסטערדאם,האָלאַנד ·בודאפעשט,אונגאַרן ·בוקארעשט,רומעניע ·בערלין,דייטשלאנד ·בריסל,בעלגיע ·דובלין,אירלאנד ·העלסינקי,פינלאנד ·וואלעטא,מאלטא ·ווארשע,פּוילן ·ווילנע,ליטע ·ווין,עסטרייך ·זאגרעב,קראאטיע ·טאלין,עסטלאַנד ·לוקסעמבורג,לוקסעמבורג ·ליובליאנא,סלאָװעניע ·ליסבאן,פארטוגאל ·מאדריד,שפּאַניע ·ניקאסיע,ציפּערן ·סאפיע,בולגאריע ·פאריז,פראַנקרײך ·פראג,טשעכיי ·פרעשבורג,סלאוואקיי ·רוים,איטאַליע ·ריגע,לעטלאַנד ·קאפנהאגן,דענמאַרק ·שטאקהאלם,שוועדן
 גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט מיט מינדערסטן פינף מיליאן איינוואוינער

אכמעדאבאדבאגאטאבאגדאדבאנגאלארבאנגקאקבייזשינגגוואנגזשודאנגואןדאקאדזשאקארטא דעלהיהא טשי מין שטאטהאנג קאנגהאנויהיידעראבאדוואוהאןטאקיאטיאנדזשיןטעהראןטשעניייאנגאןלאגאסלאהארלאנדאןלואנדעלימאמאסקוועמומביימעקסיקע שטאטניו יארק סיטיסאא פאולאסאנטיאגאסטאמבולסינגאפורסעאלפאשאןפייזאלאבאדפעטערבורגקאראטשיקייראקינשאזעריא דע זשאנעראריאדשאנטושאנכיישענזשען

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=לאנדאן&oldid=597759"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp