כעמיע איז דיוויסנשאפט וואס באהאנדלטמאטריאל (מאטעריע), זייערגעשטעל, זייערעכאראקטערס און זייערערעאקציעס.כעמיע איז דערוויסנשאפטלעכער דיסציפילין וואס באהאנדלטעלעמענטן אוןפארבינדונגען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען, מאלעקולן און יאנען: זייער צוזאמענשטעל, סטרוקטור, אייגנשאפטן, אויפפיר, און די ענדערונגען וואס זיי גייען אדורך ארעאקציע מיט אנדערע סובסטאנצן.[1][2]
עס זיינען דא מאטריאלס וואס האבן ארעאקציע צווישן זיי, און עס זיינען פאראן מאטריאלס וואס האבן נישט קיין רעאקציע צווישן זיי. למשלגאלד מיטוואסער האבן נישט קיין רעאקציע צווישן זיך, און אויך אויב מען וועט איינווייקן גאלד אין וואסער אין משך הונדערטער יארן וועט די גאלד בלייבן גאנץ און ריין. אבער למשלנאטריום מיט וואסער האבן יא א שטארקער רעאקציע.
כעמיע איז א גרונטלעכע וויסנשאפט צו פארשן פארשיידענע אנדערע וויסנשאפטן, וויביאלאגיע,מעדיצין,געאלאגיע,געאגראפיע אא"וו. דער טייל פון כעמיע וואס פארנעמט זיך מיטארגאנישע מאטריאלס הייסטביאכעמיע.
אכעמישע רעאקציע איז א פארוואנדלונג פון סובסטאנצן אין אנדערע סובסטאנצן. מען קען דאס באשרייבן אין א כעמישער גלייכונג.
באשרייבונג פון די כעמישע עלעמענטן, לויט דער פעריאדישער טאבעלע
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –כעמישער עלעמענט
א כעמישער עלעמענט ווערט דעפינירט דורך דעם אייגנארטיגן נומער פון פראטאנען אין זייןאטאמקערן. דער דאזיקער נומער ווערט גערופן דעראטאם-נומער פונעם עלעמענט. צום ביישפיל, אלע אטאמען מיט 6 פראטאנען אין דעם קערן זענען אטאמען פוןקוילנשטאף, און אלע אטאמען וואס אנטהאלטן 92 פראטאנען אין זייער קערן זענען אטאמען פונעם עלעמענטאוראניום. אבער, ס׳עקזיסטירן אויךאיזאטאפן פון אן עלעמענט וואס זענען פאראנדערט פון אנאנט מיט דער צאל נייטראנען אין דעם קערן.
די כעמישע עלעמענטן ווערן שיין געצייגט אין דערפעריאדישער טאבעלע וואס בינדט צונויף די עלעמענטן לויט זייער אטאם-נומער. א דאנק איר אייגנארטיגער סטרוקטור טיילן די קאלאנעס (אויך גערופן גרופעס/פאמיליעס) און די רייען (אויך גערופן פעריאדן) פון די פארשידענע עלעמענטן עטלעכע געמיינזאמע כעמישע אייגנשאפטן, און זיי זענען אראנזשירט לויט א המשך פון אייגנשאפטן וויאטאם-ראדיוס, עלעקטראנעגאטיוויטעט אד״ג.
ייצוג בכתיב כימי של עמילופקטין, אחת התרכובות האורגניות הנפוצות בטבע
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –כעמישע פארבינדונג
א פארבינדונג איז א מאטעריע וואס אנטהאלט געוויסע כעמישע עלעמענטן, און וואס האט א געוויסע פארעם וואס שטעלט פעסט אירע כעמישע כאראקטעריטיקן. צום ביישפיל, וואסער איז א פארבינדונג וואס אנטהאלטהידראגען אוןזויערשטאף אין די פראפארציעס 1:2, מיט איין זויערשטאף אטאם צווישן צוויי הידראגען אטאמען, און צווישן זיי איז אווינקל פון 104.5°. כעמישע פארבינדונגען ווערן געשאפן און צעפאלן דורךכעמישע רעאקציעס.
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –מאלעקול
אמאלעקול איז דער קלענסטער אומטיילבארער טייל פון א ריינערכעמישער סובסטאנץ וואס האט איר אייציגן געזעמל פון כעמישע אייגנשאפטן, ד״ה, איר פאטענציאל דורכצוגיין א געוויסע זאמלונג פון כעמישע רעאקציעס מיט אנדערע סובסטאנצן. (צום באמערקן אבער אז נישט אלע סובסטאנצן זענען צוזאמענגעשטעלט פון מאלעקולן.) מאלעקולן זענען טיפיש א געזעמל פון אטאמען צוזאמענגעבונדן מיטקאוואלענטע בונדן, וואו די סטרוקטור איז עלעקטריש נייטראל און אלע וואלענץ עלעקטראנען זענען צונויפגעפארט מיט אנדערע עלעקטראנען אדער אין בונדן אדער אין פארווייז פרייע עלעקטראנען.
די "אינערטע" אדעראיידעלער-גאז עלעמענטן (העליום,נעאן,ארגאן,קריפטאן,קסענאן אוןראדאן) באשטייען פון פרייע אטאמען אלס זייער קלענסטער דיסקרעטער איינס, אבער די אנדערע איזאלירטע כעמישע עלעמענטן באשטייען פון אדער מאלעקולן אדער נעצווערק פון אטאמען געבונדן איינער צו אנאנד. באקאנטע סובסטאנצן וואס אנטהאלטן דערקענבארע מאלעקולן זענען וואסער, לופט, פיל ארגאנישע פארבינדונגען ווי אלקאהאל, צוקער, בענזין און פארשידענעאפטייקווארג.
א כעמישער סובסטאנץ איז א סארט מאטעריע מיט א געוויסןצונויפשטלע און געוויסע אייגנשאפטן.[3] א זאמלונג פון סובסטאנצן ווערט גערופן א געמיש . ביישפילן פון געמישן זענען דערלופט אוןגעשמעלצן.[4]
דער מאל איז אן איינס פון מאָס וואס באדייט א קוואנטיטעט פון סובסטאנץ (אויך גערופן א כעמישער קוואנטיטער). דער מאל ווערט דעפינירט ווי די צאל אטאמען געפונען אין גענוי 0.012 קילאגראם (אדער 12 גראם) פוןcarbon-12, וואו די carbon-12 אטאמען זענען אומגעבונדן, באוועגן זיך נישט און אין זייער גרונדצושטאנד.[5] די צאל יש׳ן א מאל ווערט באוואוסט אלס דער אוואגאדרא-קאנסטאנט, און איז למעשה בערך 6.022×1023 מאל−1.[6] מאל-קאנצענטראציע איז וויפיל פון א געוויסן סובסטאנץ געפינט זיך פער פארנעם פון צעפירונג, געמאסטן אין מאל/ד״מ3.[7]
איאן איז אן אנגעלאדענער אטאם אדער מאלעקול, וואס האט באקומען אדער פארלוירן איינעם פון זיינע עלעקטראנען. ווען אן אטאם פארלירט אן עלעקטראן און ממילא האט מער פראטאנען ווי עלעקטראנען, ווערט דער אטאם פאזיטיוו אנגעלאדן אדער א פאזיטיווער יאן. ווען אן אטאם באקומט א עלעקטראן און ממילא האט מער עלעקטראנען ווי פראטאנען, ווערט דער אטאם נעגאטיוו אנגעלאדן אדער א נעגאטיווער יאן. פאזיטיווע און נעגאטיווע יאנען קענען צאמשטעלן א קריסטאל־לאטיץ פון נייטראלעזאלצן, ווי למשל+Na און-Cl יאנען וואס פארמירןנאטריום קלאריד, NaCl.
זייערסן אוןבאזעס זענען טיפישע כעמישע סובסטאנצן. א זייערס באפרייט H+יאנען אין וואסער, און א באזע באפרייטOH− יאנען אין וואסער. זייערסן און באזעס רעאגירן צוזאמען; די באזע נעמט א H+ יאן פונעם זייערס, צו שאפן וואסער, H2O, מיט אזאלץ.