Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

יהודה המכבי

פֿון װיקיפּעדיע
יהודה המכבי
געבורטהאלף ה־0.5 לפנה״סרעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט160 לפנה״ס
ישראלרעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יהודה המכבי איז געווען דער זון פוןמתתיהו הכהן, פון דיחשמונאים. ער איז געווען דער אנפירער פון דעם אויפשטאנד קעגן די גריכן און אנטיוכוס, און דערפאלגרייך געגרינדעט א יידיש זעלבסטשטענדיק לאנד איןארץ יהודה, וואס שפעטער דורך זיינע נאכפאלגער, איז פארברייטערט געווארן צו א קעניגרייך.

ער איז געווען דער דריטער זון פון מתתיהו, פון זיינע פינף זין, געבוירן איןמודיעין, אויף די בערג פון יהודה.

די באדייט פון מכבי איז נישט באוואוסט. לויטיוסיפון איז עס אויפן פסוק מי כמכה באלים ה', אנדערע טענהן אז עס קומט מיט א ק', און אזעלכע זאגן אז עס איז דאסלאטיינישע ווארט פאר מצביא, וואס מיינט גענעראל איןהעברעיש, נאר אין לאטייניש זאגן זיי מקבי בטעות.

דורכאויס דעם אויפשטאנד פון די רעליגיעזע יידן קעגן די גריכן, און דימתייוונים, איז יהודה געווארן הויפט אנפירער, נאכדעם וואס זיין טאטע איז געשטארבן. צום סוף האט ער באפרייט ארץ יהודה פון די גריכן, אויסער איןירושלים, ווי עס איז געבליבן א קליינע אנוועזנהייט, קעגן איבער דיהר הבית.

וויבאלד די יוונים האבן געהאט א מאכטפולע ארמיי, האט יהודה זיך בעיקר באנוצט מיט גערילא טאקטיקן, און מיט פלוצימדיקע אנפאלן. אין עטליכע קאמפן האט יהודה באוויזן צו צעשמעטערן גאנצע ארמייען פון די גריכן. און יהודה האט באוויזן אומצוברענגען די גענעראלן מיט זיינע אייגענע הענט.

די קאמף אין (עמאוס)לאטראן, איז א גאר באוואוסטע קאמף, אין וועלכע יהודה האט מיט זיינע 6,000 קעמפער, באוויזן דאס אומגלויבלעכע, און באזיגט אן ארמיי פון 40,000 פוסגייער, און 7,000 רייטער. דורך א געניטער איינפאל. גרעגאריעס די גריכישע גענעראל, האט גענומען טייל פון זיין ארמיי, און פארלאזט זייער באזע, יהודה האט דאס געזען, איז ער געווען זיכער, אז גרעגאריעס פלאנירט צו אטאקירן ביינאכט, דעריבער האט ער באשלאסן דעמאלט צו אטאקירן דעם פיינט אויפן פלאץ, ביים אטאקע האט ער אומגעברענגט 9,000 גריכן, די איבריקע זענען אנטלאפן. אין די יידישע לאגער האט ער געלאזט די פאקלען ברענען, אזוי ארום האט גרעגאריעס געמיינט אז די יידן זענען אנטלאפן, האט ער זיי אויפגעזיכט, נאכן נישט טרעפן די יידן האט ער זיך אומגעקערט צו זיין באזע, ווי יהודה האט אטאקירט גרעגאריעס, זיי זענען אלע אנטלאפן אן א קאמף, און מיטדעם האט יהודה געהאט א גלענצענדע זיג. וואס שפעטער זענען אנדערע יידן וואס האבן נישט געוואלט אריינגיין אין מיליטער, האבן זיך יעצט אנגעשלאסן.

נאכן באפרייען ארץ יהודה, און אויסרייניקן ירושלים, האט זיך דיפאמיליע פארנומען מיט ארויסהעלפן די יידן איןגליל. ער און זיין ברודערשמעון התרסי, האבן זיך צעטיילט, ער איןגלעד,אדום, אוןפלשתים, און שמעון אין גליל.

אין איינע פון די קאמפן איזאלעזר המכבי אומגעקומען, דער ברודער פון יהודה, נאכן ווערן איבעגעטרעטן פון אןהעלפאנד. אין די קאמף האבן די חשמונאים געהאט א נידערלאגע, און די גריכן האבן אנגעהויבן באלאגערן ירושלים, וואס האט זיך געענדיקט ווען איןדמשק האט פיליפוס פארכאפט די מאכט, און אריינגעווארפן אנטיוכוס דער פיפטער אין טורמע. דעריבער האבן די גריכישע ארמייען אפגעטרעטן פון זייער אפענסיווע.

שפעטער זענען נאך ארמייען אנגעקומען קעמפן מיט די יידן, מיט א גענעראלניקנור, וואס האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט יהודה, אבער איז געקומען קעמפן קעגן אים, יהודה האט באוויזן אים צו הרנען.

אין א קאמף וואס באקחידעס, א גריכישע גענעראל, איז געקומען מלחמה האלטן קעגן יהודה, האט יהודה געפונען זיין טויט, און זיין ברודער האט געטראפן זיין קערפער. זיי האבן געברענגט זיין קערפער קיין מודיעין און אים דארט באגראבן.

זיינע צוויי ברידערשמעון התרסי, אוןיונתן הוופסי, האבן ווייטער פארגעזעצט די קאמף קעגן די יוונים.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=יהודה_המכבי&oldid=591274"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2026 Movatter.jp