טשארלס דיקנסטשאַרלס דזשאן האַפֿאם דיקנס (ענגליש:Charles John Huffam Dickens[ˈtʃɑrlz ˈdɪkɪnz];7טן פעברואר1812 –9טן יוני1870) איז געווען אן ענגלישער שרייבער בארעכנט דער גרעסטער ראמאניסט פונעם וויקטאריאנער פעריאד. מען ליינט נאך זיינע ראמאנען און קורצע מעשה'ס ביזן היינטיקן טאג.
דיקנס איז געבוירן געווארן איןפארטסמוטה,ענגלאנד, צו זיין פאטער דזשאן דיקנס און זיין מוטער עליזאבעט (באַרא). ווען ער איז געווען אלט פינף יאר האט זיך די משפחה געצויגן קייןטשאטאם. ביי די צען יאר האבן זיי זיך געצויגן קיין קאמדן,לאנדאן. דיקנס האט פארלאזט די שולע כדי צו ארבעטן אין א פאבריק ווען מ'האט געווארפן זיין פאטער אין טורמע ווייל ער האט נישט געקענט אפצאלן זיינע חובות.
שפעטער האט דיקנסט געארבעט אינעם ביורא פון אןאדוואקאט אבער די ארבעט האט אים נישט געפאלן. ער איז געווארן אזשורנאליסט וואס האט געשריבן וועגן דער רעגירונג.