
טיטאַניוםטיטאניום איז אכעמישער עלעמענט מיט סימבאלTi אוןאטאם נומער 22. ער איז אןאיבערגאנג מעטאל וואס ווערט גענוצט פאר פארשידענע פראדוקטן . טיטאניום איז טייערער פוןאייזן אוןסטיל וויבאלד עס איז שווערער צו פראדוצירן. כאטש מען נעמט דאס ארויס פון דיערד אלס א פארטיגע מאטריאל, פארלאנגט זיך א לאנגע פראדעצור דאס אפצוטיילן פון דימינעראלן און דערפאר איז דאס טייער.
טיטאניום איז בעסער פון אנדערעאייזן וויבאלד עס איז פיל לייכטער אין וואג און נאך אלץ אזוי שטארק. די קאליר פון טיטאניום איז טונקלזילבער (זייער נאנט צו גרוי).
טיטאניום איז צום געפינען אין אונטערערדישעמינעראל קוועלער וואו מען טרעפטאייזן. די הויפט פראדוצירער פון טיטאניום זענעןאויסטראליע,קאנאדע,כינע,אינדיע,נארוועגיע,דרום אפריקע, אוןאוקריינע. אין דיפאראייניגטע שטאטן איז פאראן ווייניג טיטאניום. די שטאטן וואס פראדוצירן טיטאניום זענען:פלארידע,ניו יארק,ניו דזשערסי, אוןווירזשיניע.
80 פראצענט פון טיטאניום ווערט פראדוצירט פאר דיעראספעיס אינדוסטריע וועלכע ברויכן שטארקע מאטריאל וואס וועגט ווייניג. דאס ווערט אויך גענוצט אין פארשידענע מאשינען און היינטיגע צייטן אויך פאר פאלשע טיילן אינעםמענטש (וויהארץ,היפס) וויבאלד אירע באשטאנדטיילן זענען דאס מערסטע ענליך צוםמענטש ווי אלע אנדערע שטארקע מאטריאל וואס איז די נענסטע צוביינער.
אנדערע באנוצונגן פון טיטאניום איז פארשיך,קאמפיוטער עקוויפמענט,צירונג, האנטזייגער,ברילן, און נאך.
דימאטריאל איז אויסגעטראפן געווארן אין יארה'תקנ"א (1791) איןענגלאנד אבער עס האט גענומען איבער 100 יאר (ה'תר"ע) ביז מען האט עס באוויזן צו ברענגען צו פראדוקציע און באנוץ.