דערטאָמאַטע אדערפּאָמידאָר (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum lycopersicum) איז א א פיל-יעריגערגעוויקס (ער ווערט באהאנדלט געווענלך ווי אן איין יעריגע געוויקס) פון דינאכטשאטן פאמיליעסאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae). דער פרוכט איז ביי מערסטעראסן רױט מיט גרינע בלעטער. עס געפֿינט זיך, אין דעם אָנהײב, אין דרום און צענטראַל אַמעריקע, פֿוןמעקסיקא ביזפּערו, אָבער איצט איז ער באַרימט אין דער גאָרערוועלט, בפֿרט אין דיפאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
די טאמאטע איז באקאנט געווארן נאכדעם וואס די שפאניע האבן אנדעקט מעקסיקע בערך אין די יארן פון ה אלפים ש' און ת'. אין יאר ה' תרנ"ד איז אנגעקועמן צום אמעריקאנער געריכט די מחלוקה אויב טאמאטע איז א פרוכט אדער א גרינצייט צוליב דעם וואס פרוכט און גרינצייג האבן געהאט באזונדערע ראטעס אויף שטייער, די אמעריקאנער געריכט האט גע'פסק'נט אז טאמאטע איז א גרינצייג.
Solanum lycopersicum var. lycopersicum. בלאט פון דער עלטסטער טאמאטע זאמלונג פון אייראפע, 1542–1544. Naturalis Leiden.
די טאמאטע שטאמט פון מערב דרום-אמעריקע.[1] אריגינעל איז די טאמאטע געווען קליין, וויטשערי טאמאטעס, און גאנץ מעגלעך געל, נישט רויט.[1] טאמאטעס געהערן צו דער גיפטיקערנאכטשאטן פאמיליע, און די אייראפעער האבן טאקע געמיינט אז דער גלאנציגער פרוכט איז נישט עסבאר.[2]