Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

חשמונאים

פֿון װיקיפּעדיע
די מלוכה פון די חשמונאים ביי דער שפיץ גרייס

דיחשמונאים זענען געווען די קינדער און אייניקלעך פוןמתתיהו הכהן, א יידישער העלדן־פאַמיליע, וואס האבן געפירט די רעוואלוציע קעגן דיסעלוקן אין דער צייט פונעםבית שני און באַפרײט דאָס יידישע פאָלק אין ארץ־ישראל, אין די יאָרן פון 167 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג און שפּעטער, פון סירישער הערשאַפט און האָט דערנאָך געהערשט אַ געוויסע צייט איבער יידן.

דער ערשטער פון די חשמונאים, וועלכער איז באַקאַנט, איזמתתיהו בן יוחנן, אַ כהן, פון דער שטאָטמודיעין; ווען דער סירישער קעניגאַנטיוכוס עפּיפאנעס, דער הערשער איבער ארץ-ישראל, האָט גוזר געווען שמד אויף יידן און געצוואונגען יידן מקריב צו זיין קרבנות צו אָפּגעטער, האָט מתתיהו צוערשט דערהרגט אַ ייד, װאָס האָט געפּרואװט מקריב זיין צום אָפּגאָט צעאוס, און נאַכער האָט ער געזאַמלט אַרום זיך זיינע 5 זיןיהודה,יוחנן,יונתן,שמעון אוןאלעזר, װי אויך די חסידים, פרומע יידן, האָט זיי גערופן צום קאַמף קעגן דער סירישער הערשאַפט פאַר דער רעטונג פון דער יידישער אַמונה און באַפרייאונג פון יידישן פאָלק; ער האָט דער ערשטער אָנגעפירט מיט דעם קאַמף קעגן די סירישע מיליטער־אָפּטײלונגען; מתתיהו איז געשטאָרבן אין יאָר 167 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג, נאָך אים האָט איבערגענומען די פירונג פון קאַמף זיין זון יהודה המכבי, און נאָך זיין טויט, זיינע ברידער, צוערשט יונתן און דערנאָך שמעון, דער שטאַם־פאָטער פון דער שפּעטערדיגער הערשנדער חשמונאים־דינאַסטיע, וועלכע האָט געהערשט ביז אין דער מיט פון 1טן יאָרהונדערט פאַר דער געוויינלעכער צייט־רעכענונג.

נאכער זענען זיי געווען דיכהנים גדולים אוןקעניגן, ביז צו דער צייט פונעם לעצטן קעניג פון דעם דינאסטיע פון חשמונאים,מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, וואס איז געשטארבן אין יארג'תשכ"ד. דאס איז געווען א תקופה ווען דאס לאנדארץ יהודה איז געווען זעלבסטשטענדיג. פון צייט צו צייט איז די מלוכה געווען גאר שטארק.

צום סוף האט דער קעניגהורדוס, וועם די רוימער האבן איינגעשטעלט, אויסגעהרג'ט אלע איבערגעבליבענע חשמונאים.

נאכדעם ווען זיי האבן געזיגט די יוונים (די סעלוקן) האבןחז"ל מתקן געווען די יו"טחנוכה.

וועגן נאָמען „חשמונאים” גלויבט מען אַז די פאַמיליע האָט געשטאַמט פון דער שטאָט „חשמון” (דערמאָנט אין יהושע ט"ו); אין דער גמרא ווערט די חשמונאים־דינאסטיע דערמאָנט מיט „חשמונאי ובניו”, „מלכות בית חשמונאי”, אָדער „בית חשמונאי” (שבת כ"ב, מגילה י"א, קדושין ע' און אַנדערע ערטער).

זע זוכװוערטערחנוכה (וואו מיר געבן אויך וועגן דער „מגילת בית חשמונאים”),חסידים,יונתן,יהודה המכבי,שמעון התרסי ווי אויך אין די באַטרעפנדע נעמען פון די חשמונאים הערשעראַלכסנדר ינאי,הורקנוס און אַנדערע).


קוואלן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=חשמונאים&oldid=591947"
קאַטעגאָריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp