Sorghum bicolor Moderneזארגעהירזש (באטאנישער נאמעןSorghum bicolor), ברייט גערופֿןזארגע, איז אַ מיןגראָז קולטיווירט פֿאַר זייַן קערל, וואָס ווערט געניצט פֿאַר עסנוואַרג פֿאַר מענטשן, שפייז פאר בעלי חיים און עטאַנאָל פּראָדוקציע. זארגעהירזש קומט אורשפרינגלעך פֿון אפריקע, און ווערט איצט ברייט קולטיווירט אין טראפישע און סובטראפישע ערטער.ה איז דער וועלט'ס פינפט-מערסט וויכטיקקאַשע גערעטעניש נאָךרייַז,ווייץ,קוקוריזע אוןגערשטן, מיט 59,34 מיליאן מעטרישע טאָן פון יערלעך גלאבאלער פראָדוקציע אין 2018.[1] .S. bicolor איז טיפיש אַ יערלעכער פֿלאנץ, אָבער עטלעכע קולטיוואַרן זענען פֿיל־יאריק. ער וואקסט אין קלומפן וואָס קענען דערגרייכן א הייך מער ווי 4 מעטער. דאָס קערל איז קליין, צווישן 2-4 מ״מ אין דיאַמעטער.
די פֿירנדיקע פראָדוצירער פוןS. bicolor אין 2011 זענען געוועןניגעריע, (12.6%), אינדיע (11.2%), מעקסיקע (11.2%) און די פאַראייניקטע שטאַטן (10.0%).[2] זאָרגעהירזש וואַקסט אין אַ ברייטער קייט פון טעמפעראַטורן, הויכע הייכן און גיפֿטיקער ערד, און קענען צוריקוואקסן נאָך א לענגערן טריקעניש.[3]