אין 1966 איז קאהל געווארן א מיטגליד אין דעם עקזעקוטיוו קאמיטעט פון זיין פארטיי, און אין 1969 וויצע-פארזיצער פון דער פארטיי. צווישן די יארן 1969–1976 איז ער געווען פרעמיער מיניסטער אין זייןלאנד,ריינלאנד-פאלץ.
אין1973, נאך א לא-יוצלחדיקע אומצוטרוי וואל קעגן דעם דעמאלסטיקן קאנצלער ווילי בראנדט, איז קאהל באשטימט געווארן פארזיצער פון דער CDU פארטיי, און האט געדינט אין דעם אמט 25 יאר. אין די יארן פון 1976 ביז 2002 איז קאהל געווען א מיטגלידע אינעם בונדעסטאג, דער דייטשער פאראלמענט.
אין די וואלן אין 1998 האט געזיגט דער קאנדידאט פון דער סאציאלער דעמאקראטישער פארטיי (SPD) פאר קאנצלער, דער פרעמיער מיניסטער פון נידער-זאקסן,גערהארד שרעדער.