היסטאריע (פוןגריכיש ἱστορία ,היסטאריא, טייטש ,נאכפרעגן״) אדערגעשיכטע(אויףלשון קודש הייסט דאס דברי הימים) איז דישטודיע אדער סתם אדערציילונג איבער דעםמענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכטע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענעביכער,צייטונגען אוןבריוו. די וואס שטודירן היסטאריע הייסןהיסטאריקערס.
דער טערמיןהיסטאריע קען זיך אויך באציען צו די עפאכע אין די פארגאנגענהייט פון וועלכער מיר האבן רעקארדירטע שרייבונגען, אין קעגנזאץ צו דיפרעהיסטארישע עפאכעס ווען די חכמה פון שרייבן איז נאך נישט געווען באקאנט.
אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג.
אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין דיגייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין דער מאדערנעראקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין דיסאציאל וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, איבערהויפט ווען דער פאקוס איזכראנאלאגיש.
געשיכטע קען אויך מיינען אמעשה וואס איז מער א דערציילונג פון אמאל אין די געשיכטע, ווי למשל מעשות וואס מען הערט וועגן פריערדיגע צייטן.
היסטאריקער שרייבן אין דעם קאנטעקסט פון זייער אייגענער צייט, און מיט פאסיגן איינזען צו די אקטועלע דאמינאנטע אידעען ווי אויסצושטייטשן די פארגאנגענהייט, און צומאל שרייבן צו פארזארגן אנלערנונגען פאר זייער אייגענער געזעלשאפט. אין די ווערטער פון בענעדעטא קראצע , "די גארע היסטאריע איז היינטצייטיקע היסטאריע".
אלע געשעענישן וואס ווערן געדענקט און פרעזערווירט אין עפעס אן אויטענטישער פארעם שטעלן צונויף דעם היסטארישן באריכט.[1] די אויפגאבע פון היסטארישע רייד איז צו אידענטיפיצירן די מקורות וואס קענען גאנץ ניצלעך ביישטייערן צו פראדוצירן אקוראטע באריכטן פון דער פארגאנגענהייט.
די שטודיע פון היסטאריע ווערט טיילמאל קלאסיפיצירט ווי א טייל פוןגייסט וויסנשאפט און טיילמאל ווי א טייל פוןסאציאל וויסנשאפט.[2] זי ווערט אויך געזען ווי א בריק צווישן יענע צוויי ברייטע געביטן, אריינברענגען מעטאדאלאגיעס פון אלע ביידע. טייל היסטאריקער זענען שטארקע שטיצער פון איינער אדער דער אנדערער קלאסיפיקאציע.[3] אין דעם 20סטן יארהונדערט האט דער פראנצויזישער היסטאריקער פערנאנד ברוידעל רעוואלוציאניזירט די שטודיע פון היסטאריע ווען ער האט געניצט פארשידענע דרויסנדיקע דיסציפלינען וויעקאנאמיק,אנטראפאלאגיע אוןגעאגראפיע אין דער שטודיע פון גלאבאלער היסטאריע.
דער היסטארישער מעטאד באשטייט פון טעכניקן און רעכטליניעס דורך וועלכעהיסטאריקער באניצן ערשטיקע מקורות און אנדערע באווייזן צו פארשן און דערנאך שרייבןהיסטאריע.[4]העראדאט (484 – בערך 425 פאר דער ציווילער רעכענונג) ווערט ברייט גערעכענט דער "פאטער פון היסטאריע". זיין מיטצייטלערטוקידידעס (בערך 460 – בערך 400 פאר דער ציווילער רעכענונג), אבער, ווערט פאררעכענט דער ערשטער מיט א צוגאנג צו היסטאריע מיט א גוט־אנטוויקלטן היסטאריע־מעטאד אין זיין ווערק דיהיסטאריע פון דער פעלאפאנעזישער מלחמה. טוקידידעס, אנדערש פון העראדאט, האט געהאלטן אז היסטאריע איז דער פראדוקט פון די אויסקלויבן און אקציעס פון מענטשן, און האט געקוקט אויף גורם און עפֿעקט, נישט סתם דער אויסקום פון הימלישן אינטערווענץ.[4] אין זיין היסטאריע־מעטאד, האט טוקידידעס אונטערשטריכן כראנאלאגיע, א נייטראלן קוק־פונקט, און אז די מענטשלעכער וועלט איז די אויסקום פון די פעולות פון מענטשן. גריכישע היסטאריקער האבן אויך געקוקט אויף היסטאריע ווי ציקליש, אז געשעענישן קומען צוריק מיט א סדר.[5]
אין דער הקדמה צו זיין בוךדימוקאדימאה (1377), ווארענט דער אראבישער היסטאריקעראיבן כאלדון וועגן זיבן גרייזן וואס ער האט געהאלטן אז היסטאריקער מאכן כסדר. אין דעם קריטיק האט ער א צוגאנג צו דער פארגאנגענהייט ווי מאדנע און וואס מען דארף אויסטייטשן. די אריגינעלקייט פון איבן כאלדון איז געווען צו טענה׳ן אז די קולטורעלע אונטערשייד פון אן אנדער תקופה מוז חל זיין אויף דער אפשאצונג פון רעלעוואנטן היסטארישן מאטריאל, כדי אונטערשיידן די פרינציפן לויט וואס ס׳איז מעגלעך צו פרואוון די אפשאצונג, און אויך צו שפירן די נויט פאר דערפארונג צוזאמן מיט ראציאנאלע פרינציפן, כדי אפצושאצן א קולטור פון דער פארגאנגענהייט. דערפאר האט איבן כאלדון איינגעפירט א וויסנשאפטלעכן מעטאד צו דער שטודיע פון היסטאריע, וואס ער האט אפטמאל גערופן זיין "נייע וויסנשאפט".[6] זיין היסטארישער מעטאד האט אויך געלייגט די יסודות פאר דער אבזערוואציע פון דער ראלע פוןקאמוניקאציע,פראפאגאנדע און סיסטעמישן פאראורטל אין היסטאריע,[7] און ער ווערט דעריבער גערעכנט דער "פאטער פון היסטאריאגראפיע"[8][9] אדער דער "פאטער פון דער פילאסאפיע פון היסטאריע".[10]
אין דער מערב־וועלט, האבן היסטאריקער אנטוויקלט מאדערנע מעטאדן פון היסטאריאגראפיע אין די 17טן און 18טן יארהונדערטער, בפרט אין פראנקרייך און דייטשלאנד. דער 19טער־יארהונדערט היסטאריקער מיטן גרעסטן איינפלוס אויף מעטאדן איז געוועןלעאפאלד פאן ראנקע אין דייטשלאנד.
↑Scott Gordon and James Gordon Irving,The History and Philosophy of Social Science. Routledge 1991. Page 1.ISBN0-415-05682-9
↑Ritter, H. (1986). Dictionary of concepts in history. Reference sources for the social sciences and humanities, no. 3. Westport, Conn: Greenwood Press. Page 416.
12(1979)Ancient Civilizations: The Near East and Mesoamerica.Benjamin-Cummings Publishing,5.ISBN 978-0-88133-834-8.
↑(1979)Ancient Civilizations: The Near East and Mesoamerica.Benjamin-Cummings Publishing,6.ISBN 978-0-88133-834-8.
↑Dr. S.W. Akhtar (1997). "The Islamic Concept of Knowledge",Al-Tawhid: A Quarterly Journal of Islamic Thought & Culture12 (3).
↑Marwick, Arthur(1970).The Nature of History.The Macmillan Press LTD,169.
↑Tosh, John(2006).The Pursuit of History.Pearson Education Limited,168–169.
↑Darby, Henry Clifford(2002).The Relations of History and Geography: Studies in England, France and the United States.Exeter:University of Exeter Press,14.ISBN 0-85989-699-4.
↑Rao, B.V.(2007).World history from early times to AD 2000.New Delhi:Sterling Publishers Pvt. Ltd.,5.ISBN 978-81-207-3188-2.