דאס הארץ איז א געפארעמטע מוסקל וועלכע זיצט צווישן די לונגען און דעם ברוסטקאסטן. צוויי דריטל פון עס ליגט צו דער לינקער זייט פון דעם מענטש און איין דריטל ליגט אויף דער רעכטער זייט פון דער מיטן טייל פון דער קערפער. דאס הארץ מעסט זיך בערך 5 אינטשעס לאנג, 3.5 אינטשעס ברייט, און 2.5 אינטשעס דיק. כדי זיך דאס צו קענען פארשטעלן איז עס בערך אזוי גרויס ווי די גאנצע הענט פארמאכטערהייט. דאס הארץ וועגט בערך 10.5 אנסעס אין א מאן און 9 אנסעס אין א פרוי. דאס קומט אויס צו ווייניגער פןו 0.5 פראצענט פון די סך הכל קערפער וואג.
דאס הארץ באשטייט פן דריי שיכטן. די ערטשע רופט זיך די ענדאקארדיום וועלכע איז ווי אן איבערציער הויט. די צווייטע איז מוסקלן וועלכע רופט זיך די מייאקארדיום, און די דרויסנדיגע שיכט באשטייט פון א פליסיקייט וועלכע באשיצט דאס הארץ און ווערט אנגערופן די פעריקארדיום.
דאס הארץ איז צעטיילט צו פיר קאמערן, צוויי צו יעדער זייט, און ווערן גערופן די אטריום און די ווענטריקל.
ווי יעדע פאמפע איז פאראן וואלווס אין דעם הארץ וועלכע האלטן צוריק דאס בלוט פון צוריק אריינרינען אין דעם הארץ איינמאל עס איז ארויסגעפאמפעט געווארן. יעדע טשעימבער פארמאגט א וואלוו ביי איר עק וועלכע עפענט זיך יעדעס מאל וואס דאס הארץ ציט זיך איין און מאכט זיך באלד צוריק צו און לאזט נישט דאס בלוט צוריק אריינקומען.
יעדעס מאל וואס דאס הארץ פאמפעט גייט דאס איז צוויי פאזעס און רוט זיך אפ פאר עטליכע מאמענטן. די רערן וועלכע קומען אריין אין דעם הארץ ברענגן אריין דאס בלוט אין די אויבערשטע קאמערן און ווען עס ווערט אנגעפילט ציען זיי זיך ביידע איין וועלכע שיקט אריין דאס בלוט אין די אונטערשטע קאמערן. ווען די אונטערשטע קאמערן זענען פיל פאסירט באלד א צווייטע איינציאונג וועלכע זענען יעצט נאר די אונטערשטע קאמערן און דאס טרייבט ארויס דאס בלוט צו דער קערפער. ווען די צוויי איינציאונגן זענען פאראיבער דארף דאס הארץ רוען פאר עטליכע מאמענטן כדי צו לאזן די ערשטע קאמערן זיך נאכאמאל אנפילן בעפאר זיי ציען זיך איין דאס נעקסטע מאל. דער פראדעצור פאסירט אין רגעים און דער מענטש קען נאר שפירן איין פאמפע ווייל דאס גייט זייער שנעל איינע נאך די אנדערע.
די צוויי קאמערן אויף די צוויי זייטן ארבעטן אינאיינעם די גאנצע צייט אבער ביידע האבן אן אנדערע פונקציע. די רעכטע קאמערן שלעפן אריין דאס בלוט פון דער קערפער וועלכע זענען ארים אין אקסיגען און שיקט דאס אריין צו די לונגן וואו עס באקומט פרישע אקסיגען. דערנאך גייט די אקסיגען רייכע בלוט צוריק אריין אין די לינקע קאמערן און דאס הארץ פאמפעט עס ארויס צוריק אריין אין דער קערפער און אזוי גייט עס נאכאמאל און נאכאמאל טאג איין טאג אויס.
אין סך הכל איז דאס הארץ א שטארקע פאמפע וועלכע מאכט דאס בלוט פליסן איבער די גאנצע קערפער. בלוט מוז פליסן ווייל נאר אזוי קען עס העלפן אפערירן אלע ארגאנען און אזוי האלט זיך דאס ווארים און ווארימט אן דעם קערפער. בלוט מוז האבן אקסיגען און דאס ווערט פארזארגט דורך די לונגען וועלכע אטעמען אריין לופט פון אינדרויסן און טיילן אפ די אקסיגען פון די אנדערע באשטאנדטיילן אין שיקט דאס אריין אין די בלוט וועלכע ליגט אין איר. דאס הארץ פירט אן די גאנצע מערכה דורכדעם וואס עס נעמט אויף אלע בלוט וועלכע האט שוין נישט גענוג אקסיגען דורך עטליכע גרויסע אדערן און פירט דאס אריין אין די לונגן דורך א פאמפע און פן די לונגן פליסט עס צוריק אריין אין די לינקע טייל פון דעם הארץ וועלכע פאמפעט עס ווידער ארויס אבער דאס מאל אריין אין אדערן וועלכע צעשפרייטן דאס איבער די גאנצע קערפער אין אלע מוסקלן אריינגערעכנט דעם הארצ'נס אייגענע מוסקלן.
טראכט פון א פעיסמעיקער. דאס איז אן עלעקטראנישע מאשין וועלכע העלפט דאס הארץ קלאפן דורך שיקן אן עלעקטראנישע שאק פאר פאציענטן וועלכע האבן הארץ פראבלעמען. א געזונטע מענטש האט א נאטורליכע פעיסמעיקער וועלכע פראדוצירט עלעקטראנישע סיגנאלן און שיקט דאס אריין אין דעם הארץ און מאכט דאס איינציען.
דאס הארץ פארמאגט א גרופע פון ספעציעלע צעלן וועלכע נעמען אויף עלעקטריק פון די אקטיוויטעטן פון דער קערפער און שיקן דאס אריין צו די מיליאנען צעלן וועלכע זענען פארשפרייט איבער דאס הארץ דורך פייבער אדערן און דאס שאקירט דאס און מאכט דאס פאמפעווען. דאס פאסירט זייער שנעל ווייל דאס הארץ דארף קענען קלאפן 72 מאל אין יעדע מינוט און יעדע פאמפע איז צעטיילט צו צוויי באזונדערע פאמפעס וועלכע פאסירן אויטאמאטיש איינע נאך די אנדערע ווען דאס בלוט רינט אריין אין די אונטערשטע קאמערן און די עלעטראנישע סיגנאלן פאלגן נאך מיט א קליינע אפלייג וועלכע גיט גענוג צייט פאר די טשעימבער זיך אנצופילן מיט בלוט.
אין פאקט איז דער גאנצער קערפער צוזאמענגעשטעלט מיט די סארט צעלן וועלכע ערמעגליכן דעם מענטש צו אפערירן. אבער די עלעקטראנישע צעלן אין דעם הארץ זענען די בעסטע פון די סארט וויבאלד עס פיטערט די וויכטיגסטע ארגאן אין דעם קערפער. די איבעריגע צעלן קענען דינען אלס א בעק-אפ סיסטעם אין פאל די ארגינעלע צעלן הערן אויף ארבעטן אבער אויב דאס פאסירט וועט דער מענטש דאס באלד שפירן און ווען מוז האבן באלדיגע מעדיצינישע הילף ווייל די אנדערע עלעקטראנישע סיגנאלן וועלן נישט זיין די זעלבע שטארק און דאס הארץ וועט פאמפעווען שוואכער און לאנגזאמער וואס מיינט אז דאס בלוט וועט נישט גענוג שנעל צירקולירן אין דער קערפער און אפשוואכן אלע מוסקלן.
ווען א קראנקע פאציענט ליגט אין שפיטאל וועלן די דאקטוירים צולייגן אן עלעקטראקארדיום מאשין וועלכע באטראכט דאס הארץ און וויאזוי זי קלאפט. די מאשין פארמאגט א גריד (ליניעס אויסגעצייכענט ביידע וועגן) און א ליכטיגע ליניע צייגט וויאזוי דאס הארץ פירט זיך אויף דורכ'ן נאכפאלגן די עלעקטראנישע סיגנאלן אין דעם הארץ. ווען דאס הארץ ציט זיך איין וועט די ליניע ארויפשפרינגן ווייל אין דער מאמענט וועלן די עלעקטראנישע סיגנאלן ארויסשפרינגן פון זייערע צעלן און די מאשין וועט דאס דערשפירן. די מאשין וועט שנעל באמערקן אויב די פאמפעס זענען נישט אין א געהעריגע סדר און וועט אלאמירן די דאקטוירים.