דורכאויס די היסטאריע האבן זיך פארשידענע גרופעס פאראייניגט אין די מוניציפאליטיס וועלכע זענען היינט דייטשלאנד. מיט די יארן האבן זיי געגרינדעט אןארמיי און אנגעהויבן אויפשטעלן א לאנד. רוב טיילן פון דייטשלאנד האבן דעמאלט באלאנגט צופראנקרייך וועלכע האט געשטיצט דעם פלאן און די שטעט האבן זיך פאראייניגט צו איין גרויסער פאראיין וועלכע איז געפירט געווארן אונטערפרייסן.
אין 1814 האט דער קאנגרעס פון ווין אויפגעשטעלט דעם דייטשער בונד, א קאנפֿעדעראציע פון 39 שטאטן.
אין 1871 זענען די שטעט אונטער די פאראיין געווארן זעלבשטענדיק מיט דעם גרינדונג פון דער דייטשער אימפעריע; דער פרעמיער מיניסטער איז געוועןביזמארק. אין דער אנפאנג1900ער יארן איז דייטשלאנדס עקענאמיע שטארק געוואקסן און אירע פירער האבן געוואלט מער דאמינאץ אין אייראפע, פירנדיג דאס לאנד צו דעםערשטן וועלט קריג. דייטשלאנד איז שטארק באזיגט געווארן אין1918 וועלכע האט איבערגעלאזט א פאליטישע און עקענאמישע כאאס אין לאנד. נאכן ערשטן וועלט קריג האט מען אויפגעשטעלט די דעמאקראטישע וויימאר רעפובליק. אן אולטראנאציאנאליזם רעאקציע האט געגעבן קראפט פאר די נארוואס אויפגעקומענענאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי (נאציזם) וועלכע האט געוווּנען די מאכט אין1932 מיט דעם ארכי מערדעראדאלף היטלער אלס קאנצלער. אין 1933 האטאדאלף היטלער ימ"ש איבערגעקערט די וויימאר רעפובליק. ער האט זיך געמאכט פרעזידענט פון דער דריטע אימפעריע, נאכן שטארבן פוןפאן הינדענבורג. היטלער האט אויפגעבויט א מעכטיקע ארמיי, טראץ די סאנקציעס וואס האט געהאנגען אויף דייטשלאנד, און אריינגעפירט דער וועלט אין דעםצווייטן וועלט קריג, 6 יאר שפעטער פון ווען ער איז געקומען צום מאכט, אין 1939 ווען די דייטשער ארמיי האט זיך ארײַנגעריסן איןפוילן.
אליאירטע אקופאציע זאנעס 1946
אין1945 האבן די אליאירטע כוחות פוןבריטאניע,פראנקרייך, דיפאראייניקטע שטאטן, און דייו-עס-עס-אר באזיגט דייטשלאנד און צעטיילט דאס לאנד צו 4 זאנעס פוןאקופאציע. ווען די קריג צייטן אליאנץ פון די מערב לענדער און דערסאוועטן פארבאנד האט זיך אפגעהאקט אין די1940ערס איז די סאוועט זאנע פוןמזרח דייטשלאנד געווארןקאמוניסטיש און באקאנט געווארן ווי דערדייטשער דעמאקראטישער רעפובליק (דזשי-די-אר). די אנדערע דריי מערב אקופירטע זאנעס האבן אין קאנטראסט זיך פאראייניקט ווי די פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד (עף-אר-דזשי). די צוויי זייטן זענען שפעטער באקאנט געווארן ווי מזרח און מערב דייטשלאנד. די הויפט שטאטבערלין איז אויך צעטיילט געווארן צווישן די מערב און מזרח קראפטן, כאטש וואס זי געפינט זיך טיף אין מזרח דייטשלאנד.
אין 1958 איז מערב דייטשלאנד געווארן א גרינדער מיטגליד פון דעםאייראפעישן פארבאנד.
די איינוואוינערס פון מזרח דייטשלאנד זענען געווען אומצופרידן פון די קאמוניסטישע אקופאציע און האבן אין ריזיגע גרופעס אנטלאפן צו דער מערב זייט. זעענדיק אז זי בלייבט באלד אָן א פאלק, האט מזרח דייטשלאנד אויפגעבויט די היסטארישעבערלינער וואנט אין1961, אפצוטיילן און איינשטעלן גרענעץ קאנטראל צווישן די צוויי זאנעס אז מער מזרח איינוואוינער זאלן נישט קענען אנטלויפן צו די דעמאקראטישע מערב טייל. אין1989 ווען די קאמוניסטישע ראלע אין אייראפע איז צוזאמענגעפאלן האט מען אראפגעברענגט די בערלין וואנט און מען האט אנגעהויבן צוריק פאראייניקן די צוויי זאנעס. אין1990 איז מזרח דייטשלאנד אפיציעל צוריק פאראייניקט געווארן מיט מערב דייטשלאנד אונטער די פירערשאפט פון דער מערב זייט ווי די פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד. טראץ איר צופרידנהייט פון די פאראייניקונג האט אבער דאס לאנד געליטן פון סאציאלע און עקענאמישע פראבלעמען ווען זי האט פרובירט איינצוזאפן מיליאנען נייע סיטיזענס, אויסמישנדיג צוויי אנדערע קולטורס און אינסטיטוציעס.
נאכפאלגנדיג די סעפטעמבער דעם עלפטן אטאקעס אויף אמעריקע האט קאנצלערשראדער געשטיצט א ביל וועלכע האט געזאלט שיקן 4,000 דייטשע טרופן צו העלפן אין אמעריקעס קאמף קעגן טעראריזם. צו קענען געווינען זיין ביל אויך אין דער גרינע פארטיי, האט שראדער געפרואווט זיין ביל אין א "שטימע פון קאנפידענץ" וואו עס איז גרינג דורכגעגאנגען. מיט'ן איינשטעלן די 4,000 טרופן אין אפגאניסטאן איז עס געווארן די ערשטע דייטשע אפעראציע אויסער אייראפע זינט דער צווייטער וועלט קריג.
דייטשלאנד'ס וואקלדיגע עקאנאמיע איז אריין אין רעסעסיע אין אנפאנג 02' אלס רעזולטאט פון אן אלטוועלטליכע עקאנאמישע אפשוואכונג. דער מצב איז געווארן זייער שווער ספעציעל ווען די אי-יו האט געשיקט א ווארענונג צו דייטשלאנד אז איר בודזשעט דעפיציט האלט אט ביים איבערגיין 3 פראצענט וועלכע איז פארבאטן לויטןמאסטריכט אפמאך פאר אדאפטירן די איירא וואלוטע.שראדער איז ווידער ערוועלט געווארן אין די וואלן פון 02' טראץ די אנגייענדיגע עקאנאמישע אפשוואכונג און הויכע ארבעטסלאזיקייט. שראדערס שליסל צו זיין געווינס איז געקומען נאכדעם וואס די וועלט האט אנגעהויבן דיסקוסירן אמעריקע'ס פלענער צו אטאקירן איראק. שראדער'ס עקסטרעמע שטעלונג האט אים געברענגט זייער אסאך שטיצע אינערהאלב דייטשלאנד און אויך איבער די וועלט. זיין הארבע שטעלע האט אים טאקע געגעבן נאך א טערמין און אסאך שטיצע פון אלע זייטן אבער אויך די קריטיקיזם איז געווען גרויס פון די פאראייניגטע שטאטן און עטליכע נאטא מיטגלידע לענדער. שראדער'ס פאראייניגונג מיט די גרינע פארטיי האט זיך דאן ארויסגעשטעלט צו זיין סוקסעפול ווען די פארטיי האט באקומען 8.6 פראצענט פון די שטימען און א דאנק דעם האט ער באקומען א 11 זיצן מאיאריטעט אין די בונדסטאג.
אום מאי 2005 האטאנגעלא מערקל פון דעם קריסטלעכן דעמאקראטישן פאריין געוואונען די גרעסטע פראצענט אין די אלגעמיינע וואלן און נאך א קאאליציע מיט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי איז זי אנאנסירט געווארן אלס קאנצלער פון דייטשלאנד, ווערנדיג די ערשטע קאנצלערין אין דייטשלאנד'ס היסטאריע.
דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע נאך אייראפעאישן רוסלאנד (די טייל פון רוסלאנד נאך דיארעל בערג), פראנקרייך אוןשפאניע. אויף איר צפון זייט האט זי דערצפון ים,דענמארק און דערבאלטישער ים. אויף מזרח גרעניצט זי זיך מיטפוילן אוןטשעכיי. אויף מערב מיט פראנקרייך,לוקסעמבורג,בעלגיע, און די נידערלאנדן (האלאנד). אויף דרום מיטעסטרייך אוןשווייץ. דייטשלאנד מעסט זיך 500 מייל (800 קילאמעטער) פון דרום צו צפון און 400 מייל (600 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב.
ווינטער איןבראקען די העכסטע פונקט אין צענטראל דייטשלאנד
דייטשלאנד האט א נארמאלערקלימאט מיט קאלטעווינטערס און ווארימעזומערס. די געגנטן ארום דעםריין טייך איז ווארימער צוליב די ווארימע שטראם וואס וועפט אויס פון טייך. אין דרום וואו עס איז מער בערגיק איז פיל קעלטער, ספעציעל אויף דיאלפן בערג וואו עס איז פאראןשניי רוב טייל פונעם יאר.
דייטשלאנד איז אראפגעשטעלט צווישן אנדערע אינדוסטריאלע לענדער וועלכע'ספארפעסטיקונג קומט אריין קיין דייטשלאנד דורך דיווינט אוןרעגן און דורך דיוואסערן. אויך יעדער זומער קומט אריין א שטארקע פאלוציע דורך די מיליאנעןאויטאמאבילן וועלכע פארן אדורך צו אלע ארומיקע לענדער וויבאלד דייטשלאנד איז אין צענטער פון אייראפע. אפילו אָן די אלע זאכן איז זי זייער אן אנגעשטעקטע לאנד צוליב איר מאסיווע אינדוסטריאלע פראדוקציע און גרויסע צאל אויטאמאבילן. אחוץ די אלע זאכן האט דייטשלאנד א שווערע פראבלעם וואס צו טאן מיט אירעמיסט ווייל איר טעריטאריע און וואסערן זענען באגרעניצט און זענען צו ווייניק פאר די אפפאל פון אזא ריזיקע פראדוקציע. די דייטשע רעגירונג פלאגט זיך שטארק מיט דעם פראבלעם אבער מיט דער צייט וועט עס נאר ערגער און ערגער ווייל די אלע אפפאל פארפעסטעט די לופט נאך מער. דייטשלאנד האט אויך אסאך געליטן פון דיטשערנאבל אויפרייס אין דעםסאוועטן פארבאנד (Soviet Union) וועןנוקלעארע שטראלן האבן דעגרייכט אירע האפענס.
אין די יארן נאך דערצווייטער וועלט קריג איז די פארפעסטיקונג פיל ערגער געווארן אין מזרח דייטשלאנד ווייל די ארטיקע קאמוניסטישע פירערשאפט האט גאנץ ווייניק אינטערעסירט די סביבה און די וואוילזיין פון אירע איינוואוינער. מען האט אין יענע יארן אנגעהויבן מאכן כעמיקאלן וועלכע פארלאנגן ספעצילע רעגולאציעס עס זאל נישט ארויסלאזן צופיל שעדליכע אפפאל. ווי געזאגט האט די קאמוניסטישע פירערשאפט דאס נישט אינטערעסירט און עס האט מיט די יארן געברענגט אן ערנסטעגעזונטהייט פראבלעם ווען טייל מענטשן האבן אנגעהויבן צו ליידן פון קראנקייטן פון דעראטעם-סיסטעם (respiratory system). די מערב דייטשלאנד רעגירונג האט פארפירט און געבעטן די מזרח רעגירונג צו טאן עפעס דערוועגן אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן. נאך די סאוועט צוזאמענפאל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד זענען צוריק פאראייניקט געווארן האט די רעגירונג אויסגעגעבן א וועלט מיט געלט צו רייניקן די לופט אין די מזרח שטעט.
דייטשלאנד האט די אלע יארן זינט איר גרינדונג געהאט די ענווייראמענט אלס איינע פון אירע ערשטע פריאריטיס. במשך די יארן האט זי דעוועלאפט פארשידענע מאסנאמען צו קאנטראלירן די ענווייראמענט, אנגעהויבן פון די פראדוקציע פון עסן ביז די פראדוקציע פון אויטאס. די איינוואוינער פון דייטשלאנד זענען שטענדיג געווען באזארגט איבער די ענווייראמענטאלע מצב אין לאנד און האבן דאס שטענדיג געמאכט אלס א פאליטישע אישו צו וועלכע די פאליטישאנ'ס האבן געמוזט צוזאגן צו טאן עפעס. אין די 1970ער יארן האט זיך געגרינדעט די גרינע פארטיי וועמענ'ס איינציגסטע ציל און הויפט אישו איז געווען די ענווייראמענט. די אנדערע צוויי פאליטישע פארטייען האבן שטענדיג געמוזט פארשפרעכן נייע מאסנאמען, אויס מורא פאר די גרינע פארטיי וועלכע האט געהאט אסאך שטיצע אין לאנד.
צוליב איר זארג פאר דער סביבה האט זיך במשך די לעצטע 50 יאר אנטוויקלט א שטארקע אזויגערופענע "עקא אינדוסטריע" וועלכע האט זיך אפגעגעבן צו פראדוצירן און אויסטרעפן פארשידענע דיווייסעס וועלכע רייניגן און פארמינערן די אנגעשטעקטקייט אין די לופט. די אינדוסטרי האט געברענגט אסאך נייע דזשאבס און האט אויפגעטאן זייער אסאך. די דייטשע רעגירונג האט זיך שטענדיג פארבינדן אין אלע אינטערנאציאנאלע ענווייראמענטאלע אגרימענטס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך די מאדערניזירטע וועלט.
אזויווי אין אלע מאדרניזירטע לענדער איז דייטשלאנד'ס באפעלקערונג געווארן עלטער אין די 1990ער יארן. דאס איז א רעזולטאט פון נידעריגערע געבורטס ראטעס און דאס איינשרינקן פון די פאמיליעס. אין די 1920ער יארן פלעגן זיין ריזיגע פאמיליעס פון 5 ביז 10 קינדער אבער היינט שטייט עס ביי 3.5 מענטשן פער פאמיליע דורכשניטלעך. אין צוגאב פארמערט זיך שטארק די איין עלטערן פאמיליעס און איין פערזאן הויזגעזונד.
א גרויסע צאל פון די דייטשע באפעלקערונג וואוינט אין אורבאן שטעט. א צענזוס פון 1994 האט געוויזן אז 39 דייטשע שטעט האבן געהאט איבער 200,000 מענטשן און 12 פון אירע מעטראפאלעסיס האבן געהאט מער ווי 500,000 איינוואוינער. דריי פון דייטשלאנדס פעדעראלע שטעט זענען שטאָט-שטאַטן:בערלין,ברעמען, אוןהאמבורג. בערלין איז דיהויפט שטאט און די גרעסטע שטאָט. דייטשלאנדס באפעלקערונג געדיכטקייט איז דאס מערסטע אין צפון-מערב וואו עס געפינען זיך די אלטע שטעט מיט שווערע אינדוסטריאלע פראדוקציע. די ווייניקסטע געדיכטע ערטער איז אין מזרח וואו עס איז פאראן ווייניקער ביזנעס און איז בכלל געווארן אויסגעליידיגט במשך די יארן ווען די קאמוניסטן האבן איר געהאט אין קאנטראל.
דייטשלאנד האט ווייניג פרעמדע אין לאנד. די ביסל עטנישע גרופעס וואס זי האט זענען די ווענד'ס און דאנ'ס וועלכע מאכן אויס גאר קליינע פראצענטן אין לאנד. אויסער די עטנישע גרופעס זענען פאראן א שיינע צאל אויסערן איינוואוינער וועלכע מאכן אויס 9 פראצענט פון די באפעלקערונג. די גרעסטע אזא גרופע איז די טערקישע אבער עס איז אויך פאראן דארט א צאל מזרח אייראפעאישע פליטים און אויך אימיגראנטן פון לענדער אין די אייראפעאישע פאראיין, ווי איטאליע, שפאניע, און גריכישע. אלס א רעזולטאט פון באזיגט ווערן אין ביידע וועלט מלחמות, האט דייטשלאנד פארלוירן אסאך גרויסע לאנד טעריטאריעס. נאך די צווייטע וועלט קריג זענען מיליאנען עטנישע אנטלאפן פון דייטשלאנד צוליב די חורבן וואס האט דארט געהערשט. פון אייראפע בכלל זענען אסאך עטנישע אנטלאפן צוליב די קריג אבער פון דיישטלאנד איז די צאל געווען דאס מערסטע מיט איבער 9 מיליאן מענטשן וואס האבן פשוט איבערגעלאזט דייטשלאנד און זיך געגאנגען זוכן אן אנדער לאנד וואו צו וואוינען. נאך 3 מיליאן זענען אנטלאפן פון אונגארן, יוגאסלאוויע, רומעניע, און נאך קלענערע לענדער. א גרויסע טייל פון די אנטלאפענע זענען ערשט אנטלאפן פון מזרח דייטשלאנד אבער זענען שפעטער צוריקגעקומען צו די מערב טייל פון לאנד וואו עס האט געהערשט א דעמאקראטישע רעגירונג.
א שטארקע אימיגראציע באוועגונג איז פארגעקומען אין די די 1950ער ווען מערב דייטשלאנד'ס עקענאמיע האט געבליעט מיט א שנעלן טעמפא און עס איז פשוט געווען א מאנגל פון מענטשן אין די ארבעט'ס קראפט. די דייטשע רעגירונג האט דעמאלט איינגעלאדענט א גרויסע צאל ארבייטער פון אירע ארומיגע שכינים צו קומען ארבעטן אין דייטשלאנד פאר א געוויסע צייט ביז ווילאנג די באפעלקערונג און לעיבאר וועט זיך אויסגלייכן (מען מוז דא באמערקן אז דייטשלאנד האט פארלוירן אין די צווייטע וועלט קריג איבער צוויי מיליאן מענטשן וואס פון דעם איז די גרעסטע טייל געווען מענער אין די בעסטע ארבעט'ס יארן וועלכע האבן געדינט אין די מיליטער). אין די אנפאנג 970' יארן איז די עקענאמיע אפגעשוואכט געווארן און די רעגירונג האט געזוכט פטור צו ווערן פון די טויזנטער פרעמדע ארבייטער און אויסגערופן אז זייער טערמין האט זיך געענדיגט און זיי מוזן פארלאזן דאס לאנד און זיך צוריקקערן צו זייערע לענדער. עס האט ווייניג געהאלפן ווייל א גרויסע טייל פון די ארבעטער האבן במשך די יארן אריבערגעברענגט זייערע פאמיליעס צו געניסן פון דייטשלאנד'ס וואוינונג סטאנדארטן און אירע וועלפעיר בענעפיטן.
דורכאויס די 80ער און 90ער יארן זענען אסאך אימיגראנטן אנגעקומען קיין דייטשלאנד פון די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער. מענטשן פון קאזאקהסטאן, אוקריינע, רוסלאנד, און רומעניע האבן געמאכט פליטה פון זייערע קאמוניסטישע רעגירונגן און זיך באזעצט אין דייטשלאנד וואו זיי האבן באקומען באלדיגע סיטיזענשיפ, לויט'ן דייטשן געזעץ, אפילו אויב זיי האבן נישט געקענט די דייטשע שפראך. אויך פון אנדערע פלעצער איז מען טיילמאל געקומען קיין דייטשלאנד, לויטן דייטשן געזעץ אז קרבנות פון פאליטישע פארפאלגונגען מעגן אריינגענומען ווערן אין לאנד. דורכאויס די 80ער יארן זענען הונדערטער טויזנטער פאליטישע געליטענע פון סרי לאנקא, לבנון, מערב אפריקע, און נאך קלענערע לענדער אנגעקומען קיין דייטשלאנד צו געניסן אזיל רעכט.
די דייטשע איינוואוינער האט נישט צו שטארק געפאלן די אימיגראנטן און האבן געקעמפט קעגן זייערע רעכט וועלכע איז מיט זייער כוח פארמינערט געווארן כאטש זיי האבן באקומען אפיציעלע בירגערשאפט. די אזיל רעכט אימיגראנטן האבן באקומען נאך ווייניגער רעכט און אין די לעצטע 15 יאר האבן צוויי דריטל פון זיי אפגעטראגן פון דייטשלאנד.
רעליגיע האט קיינמאל נישט פארנומען קיין גרויסע שטעלע און דייטשלאנד'ס געזעלשאפט. רוב דייטשע איינוואוינער זענעןקאטויליקן אדערפראטעסטאנטן אבער גייען צו זייערעקירכעס נאך ווייניגער ווי די אמעריקאנער גלויביגע. רעליגיע איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל אין דייטשלאנד און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט דערויף. אמאל פלעגן די דייטשן אפיציעל זיין ראמענישע קאטויליקן אבער אין די לעצטע 100 יאר זענען זייער אסאך פון זיי געווארן פראטעסטאנטן. די צוויי רעליגיעס זענען ממש האלב אויף האלב. 35 פראצענט פון די באפעלקערונג איז קאטויליש, רוב דערפון פון דרום דייטשלאנד, און 37 פראצענט, רוב פון צפון דייטשלאנד, זענען פראטעסטאנטן. 4 פראצענט פון די דייטשע באפעלקערונג זענעןמוסולמענער.
די דייטשע רעגירונג גיט פרייע ערציאונג פון 6 יאר ביז 14 יאר אלט. בעפאר און נאך די יארן מוזן די עלטערן אליינס באצאלן די קאסטן פון פריוואטע סקולס. בעפאר די פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד האט די מערב דייטשע רעגירונג יא געגעבן לימיטירטע פרייע סקול פאר קינדערגארטן אבער נאך די פאראייניגונג האט זיך די פראגראם אנגעשטויסן אין פראבלעמען און זינט דעמאלט איז עס נאך אלץ נישט א טייל פון די רעגירונג'ס פרייע פאבליק שולע סיסטעם.
די פאבליק סקול סיסטעם איז דארט איינגעטיילט אויף באזונדערע סיסטעמען צו יעדע שטאטישע רעגירונג. רוב פון די רעגירונגן גייען אויפ'ן זעלבן סיסטעם וועלכע פארמאגן א יונגערע און עלטערע הויך שולע וואו די סטודענטן מוזן באקומען אן אויסצייכענונג דעגרי צו קענען גיין אין קאלעדזש. לויט די סטאטיסטיקס גראדואירן נאר 10 פראצענט דייטשע סטודענטן. די דייטשע ערציאונג ווערט באצייכנט אלס א געלונגענע און אסאך אויסערן סטודענטן קומען אהין לערנען אויף קורצע טערמינען. א געווענליכע דייטשער סטודענט באקומט גוטע לעקציעס פאר וואורק-שאפ ארבעט אין די יונגע יארן. שפעטער קענען זיי זיך וועלן וועלכע פראגראמען זיי ווילן נעמען. זינט די 960' יארן האבן זיך די שולעס איבערגעפילט דריי מאל אזויפיל און די רעגירונג מוז שטענדיג צובויען פרישע שולעס. דייטשלאנד האט א צאל אור אלטע קאלעדזש געביידעס אין היידעלבערג, פרייבורג, מינכן, טובינגן, און אין מארבורג.
איינער פון די שווערסטע פראבלעמען איז דאסארבעטסלאזיקײט, וואס איז געבליבן הויך און איז גורם א ירידה אין דעםנאכפרעג, און דאס שטערט דאס געוואוקס פון דער עקאנאמיע. ביזן היינטיגן טאג, פעלט אין די ראיאנען וואס האבן געהערט צו מזרח דייטשלאנד א געהעריגן עקאנאמישן אינפראסטרוקטור אויפצושטעלן קליינע און מיטלמעסיגע געשעפטן.
איןעלעקטראנישער מוזיק קאמפאנירט דייטשלאנד איינער פון די חשובע וועלטלעכע צענטערן. די ערשטע פיאנערן, צווישן זיישטאקהויזן אוןקראפטווערק האבן אוסגעטרעטן דעם וועג פאר דער פאפולאריזאציע פון די 1990ער יארן.
נאך דעםצווייטן וועלט קריג ווען דייטשלאנד איז באזיגט געווארן דורך די אליאירטע כוחות איז איר לאנד צוטיילט געווארן צו פיר טיילן פאר די פיר גרויסמאכטן:פראנקרייך,בריטאניע, דיפאראייניגטע שטאטן, און די יו-עס-עס-אר. עטליכע יאר שפעטער האבן פראנקרייך, בריטאניע, און די פאראייניגטע שטאטן צוזאמענגעשמאלצן זייערע אקופירטע טעריטאריעס צו איין גרויסער ראיאן ווען די סאוויעט פאראיין האט ווייטער אנגעהאלטן איר קאמוניסטישע רעגירונג אויף מזרח דייטשלאנד. אין 1989 איז דער מזרח קאמוניסטישער טייל פאראייניגט געווארן מיט מערב דייטשלאנד.
אין מערב דייטשלאנד האט א קאונסיל צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער פון די לעגיסלאטורן פון די לענדער געמאכט די געזעצן און קאנסטיטוציע אין די ערשטע יארן נאך דער קריג. יעדע באשלוס האט געמוזט באשטעטיגט ווערן דורך פראנקרייך, בריטאניע און די פאראייניגטע שטאטן. די קאנסטיטוציע איז עטליכע מאל געשטוישט געווארן מיט רשות פון די אליאירטע אויטאריטעטן, ספעציעל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט. אין די לעצטע 10 יאר האט די דייטשע רעגירונג ארומגעטוישט איר קאנסטיטוציע און הויפט געזעצן צוליב די מיטגלידערשאפט און פארשטענדעניש אין דעםאייראפעישן פארבאנד.
די סארט פעדעראליזם וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין דייטשלאנד איז געזעצט לויט דייטשע פעדעראלע טראדיציעס וועלכע איז אנדערש ווי די פעדעראלע סיסטעם אין די פאראייניגטע שטאטן. די ערשטע און הויפט חילוק איז, אז די לעגיסלאטור שטייט ביי די פעדעראלע שטאפל און די אנדמיניסטראטיווע און יוסטיץ קראפטן שטייען ביי די שטאַט שטאפל. יעדער שטאַט האט אן ערוועלטע לעגיסלאטור וועלכע קלויבט אויס א מיניסטער פרעזידענט (אדער פוירסט מעיאר ווי עס ווערט גערופן אין האמבורג און אין ברעמען) צו סערווירן אלס טשיף עקזעקוטיוו. די שטאַט אסעמבליס האבן זייער ווייניג מאכט ווייל די דייטשע געזעץ טיילט צו די מאכט פאר די פעדעראלע לעגיסלאטור. די איינציגסטע זאכן וואס די שטאַט לעגיסלאטור טוט יא קאנטראלירן זענען ערציאונג און קולטוראלע פאליסיס און די פאליציי דעפארטמענט. די פעדעראלע לעגיסלאטור איז די הויפט קערפערשאפט פון לאנד און זיי מאכן אלע פאליסיס, אריינגערעכנט אויסערן פאליסיס.
א וויכטיגע טייל פון דער פעדעראלער רעגירונג איז די בונדעסראט קערפערשאפט (פעדעראלע קאונסיל) וועלכע איז די אפיציעלע רעפרעזענטעטיוו פון די בונדעסלענדער רעגירונגען און האט דאס לעצטע ווארט אין קעגנגעזעצטע פראגעס צווישן לענדער און צווישן די לענדער און דער פעדעראלער רעגירונג. דער בונדעסראט איז די העכערע הויז פון פארלאמענט אבער אירע מיטגלידער זענען לענדער מיניסטארן אדער ציווילע פירער. די מיטגלידער ווערן נישט ערוועלט און ווערן געווענליך איינגעשטעלט דורך דער פעדעראלער רעגירונג. צווישן דייטשלאנד'ס 16 שטאטן האבן די פיר גרעסטע (נארד ריין-וועסטפאליע,נידער־זאַקסן אוןבאדן-ווירטמבורג) דאס ווארט אין אלע פאליטיק. די שטאטן און ראיאנען פון מזרח דייטשלאנד שפילן א קלענערע ראלע אין די לעגיסלאטור.
די פעדעראלע פארלאמענט באשטייט פון צוויי הויפט קערפערשאפטן וועלכע זענען די בונדסטאג און די בונדסראט. די בונדסטאג, באשטייט פון 670 מיטגלידער, ווערט ערוועלט דורך די באפעלקערונג פאר 4 יעריגע טערמינען און קענען נישט אנהאלטן זייערע שטעלעס מער ווי איין טערמין. אלע בירגער פון 18 יאר און העכער קענען לעגאל שטימען צו ערוועלן די בונדסטאג מיטגלידער אין דעם אינטערעסאטן עלעקטראל שטימע. האלב פון די בונדסטאג מיטגלידער ווערן ערוועלט דורך זייערע לאקאלע באפעלקערונגן, איינער פער דיסטריקט. דאס איבעריגע ווערן ערוועלט דורך א פראפארציאנאלע סיסטעם אין וועלכע די בעלאטס פארמאגן נאר די נעמען פון די פארטייען און נישט די קאנדידאטן זעלבסט. א פארטיי מוז באקומען ווייניגסטענס 5 פראצענט פון די שטימען צו קענען רעפרעזענטירן אין די בונדסטאג. ווען די שטימען ווערן איבערגעציילט קען די רעגירונג נאך אלס אביסל ארומטוישן לויט די שטארקייט פון די פאפולערע שטימען אז עס זאל נישט מעגליך זיין צו געווינען אן באקומען אויך די פאפולערע שטימען (ווען אזא סיסטעם זאל זיין איינגעשטעלט אין אמעריקע וואלט על גאור געווען היינט פרעזידענט).
די בונדסראט באשטייט נאר פון 69 מיטגלידער וועלכע ווערן ערוועלט דורך דייטשלאנד'ס 16 שטאַט רעגירונגן. רעפרעזענטאציע אין די בונדסראט איז צוטיילט לויט די גרויסקייט פון די באפעלקערונג. רוב שטעט האבן 3 אדער 4 רעפרעזענטיוון און די גרויסע שטעט האבן ביז 6. דער סיסטעם איז גאנץ א גוטער ווייל אפילו די קלענסטע שטעט האבן מינימום 3 רעפרעזענטיוון וואס דאס גוט זיי מער מאכט וויפיל זיי האבן באמת און זענען נישט קיין מפיל קינדער ווי עס איז דער פאל אין די פאראייניגטע שטאטן. די מאכט פון די קליינע שטעט איז גענוג שטארק צו קענען וועטאאירן א רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט א צוויי דריטעל מאיאריטעט ווי א נייע געזעץ אדער טויש אין די קאנסטיטוציע. די בונדסראט איז גענוג מאכטפול צו פארלאנגזאמען א ביל וואס ווערט געמאכט דורך די בונדסטאג אבער איז נישט בכוח דאס אינגאנצן אפצואווארפן אויסער ביי שטאַט אישוס ווי זי האט יא די רעכט צו באזייטיגן וואס עס שמעקט איר נישט.
דייטשלאנד האט איינע פון די מערסט פולשטענדיגע און ברייטהארציגע סיסטעמען פון געזונטהייט, אלטע, דיסעביליטעט, און ארבעטסלאזיקייט אינשורענס אין די וועלט. א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג געניסט פון וועלפעיר, וועלכע נעמט אריין קינדער שטיצע, פובליק האוזינג, און וועטארען הילף. די וועלפעיר קאסטן מאכן אויס א דריטל פון די בודזשעט. העלט קעיר און פענסיע איז אויך דארט זייער גיביג אבער עס ווענדט זיך שוין אויף די פירמע וואו דער מענטש ארבעט. די גרעסטע טייל פירמעס געבן אויסערגעווענליכע גוטע בענעפיטן מיט פעטע פענסיע און העלט קעיר אינשורענס. אין די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט דאס פאלק גענאסן פון נאכמער בענעפיטן וועלכע האט אריינגערעכנט געלט פאר רענט, עסן, און טראנספארטאציע. פענסיע איז אבער געווען אין די קליינע ציפערן מיט שווערע געזעצן ארום. ווען דייטשלאנד האט זיך צוריק פאראייניגט האט די מערב רעגירונג געהעכערט אירע פענסיע פלענער אבער די סיטיזענס האבן זיך מיט איינמאל געטראפן אן קיים שום הילף.
א דורכשניטליכער ארבייטער אין דייטשלאנד באקומט 70 פראצענט פון זיין לעצטע פארדינסט פאר פענסיע, דאס איז איינע פון די העכסטע ראטעס אין די וועלט. פארשטייט זיך אז פאר די בענעפיטן צאלט דאס לאנד גאר הויכע שטייערן.
זינט 955' איז מערב דייטשלאנד'ס אויסערן זיכערהייט פארבינדן געווארן צו נאט"א (נארט אמעריקן טריטי ארגאניזאציע). מזרח דייטשלאנד איז ענליך געווען פארבינדן צו די ווארשע פאקט ביז 990'. אפילו אין פרידנס צייטן זענען אלע הויפט אפטיילונגן פון די דייטשע ארמיי און עיר פארס געווען צוגעטיילט צו נאטא'ס אפעראציע קאמאנדן, נישט איבעלאזנדיג קיין שום אפגעזונדערטע ארמיי אונטער דייטשלאנד'ס קאמאנד. אין 990' האט דייטשלאנד געווינען די רעכט אויפצושטעלן אן אייגענע ארמיי אונטער זייער אייגענע קאמאנד מיט די תנאים אז די ארמיי מעג נישט האבן מער ווי 370,000 טרופן און מעגן נישט פארשן און פראדוצירן כעמישע, ביאלאגישע, און נוקלעארע וואפן. בעפאר די ארמיי'ס זעלבשטענדיקייט איז די נאטא ארמיי באשטאנען פון 500,000 טרופן אין מערב דייטשלאנד און נאך 200,000 אין מזרח דייטשלאנד. דאס טייטש אז דאס מיליטער איז געשניטן געווארן צו האלב. די מזרח דייטשלאנד טרופן זענען אריבערגערופן געווארן צו די נייע פאראייניגטע מיליטער וועלכע ווערט אנגערופן די בונדסוועהר (פעדעראלע ארמיי).
צוויי דריטל פון די בונדסוועהר באשטייט פון ארמיי אפטיילונגן און די אנדערע דריטל זענען די עיר פארס אין נעיווי אפטיילונגן. מער ווי העלפט פון די ארמיי פערסאנעל זענען פולשטענדיגע וואלונטירן און די צווייטע העלפט זענען פארפליכטעטע וועלכע ווערן געהאלטן פאר א מינימום פון 10 מאנאטן. יעדער סיטיזן פון 18 יאר און העכער מוז דארט געזעצליך אריינגיין אין מיליטער אבער וויבאלד די צאל ארמיי פערסאנעל וואס די דייטשע ארמיי מעג האבן איז נידעריג און עס זענען פאראן צופיל יונגע מענטשן, האט די רעגירונג ערלויבט די יונגע זיך ארויסצודרייען פון מיליטער דורך אננעמען ציווילע סערוויס פאר 2 יאר ווי שפיטאל סערוויס, אלטע היימען, און אנדערע ציווילע סערוויסעס.
נאך די באזיג אויף די דייטשן אין די צווייטע וועלט קריג זענען איינגעשטעלט געווארן אסאך געזעצן צו רעדוצירן די מאכט פון די דייטשע מיליטער. די אפיצירן און סאלדאטן זענען אנגעזאגט געווארן צו זיין סיטיזענס אין יוניפארם וועלכע זענען גרייט צו דינען ווען אימער. דאס געזעץ האט באפוילן אז די מיליטער זאל האבן א ציווילע קאנטראל אין פרידנס צייטן און רעגירונג קאנטראל אין קריגס צייטן. דאס מיליטער ווערט טאקע היינט קאנטראלירט דורך דעם דעפענס מיניסטער און אויב מען דעקלערט א שטאַט אוו דעפענס גייט די קאנטראל אויטאמאטיש אריבער צו דער רעגירונג מיט דעם קאנצלער אלס קאמאנדיר אין טשיף. די בודזשעט פון דאס מיליטער ווערט קאנטראלירט דורך די בונדסראט וועלכע קוקט אויך איבער די ארגאניזאציע און פראצעדור פון די מיליטער. דייטשלאנד האט זיך צוגעוואוינט צו די אנוועזנהייט פון אויסערן מיליטערישע כוחות זינט זי איז באזיגט געווארן אין די צווייטע וועלט קריג. אין די ערשטע יארן נאך די קריג איז דייטשלאנד קאנטראלירט געווארן דורך 250,000 אמעריקאנער און 360,000 סאוויעטישע טרופן צוטיילט צו מזרח און מערב דייטשלאנד. ביידע זייטן האבן אנגעהאלטן מיליטערישע באזעס מיט אלע מיליטערישע געצייגט און עקוויפמענט, אריינגערעכנט נוקלעארע מיסילס. נאך בעפאר די דייטשע ארמיי האט זיך צוריק געגרינדעט אין 990' האבן שוין די אויסערן לענדער אנגעהויבן ארויסציען אירע טרופן, איבערלאזנדיג די אמעריקאנער אליינס מיט 100,000 טרופן. די סאוויעטן האבן צוביסלעך ארויסגעצויגן זייער ארמיי ביז אין 994' ווען די לעצטע גרופע סאוויעטישע טרופן האבן פארלאזט דאס לאנד.
דייטשלאנד זענען פון די איינציגסטע אייראפעאישע לענדער ווי אידן האבן שוין געוואוינט פון נאכ'ן חורבן בית המקדש. אין 930' האט מען געפינען א אידישע בית החיים אין די שטאט קאלאגן אויף וועלכע סייענטיסטן האבן עס געשאצט צו זיין פון די 400 יארן (למספרם) וואס מיינט באלד 2,000 יאר צוריק. אין יענע צייטן האבן די רוימען נאך געהערשט אין גאנץ אייראפע און זענען ווארשיינליך געווען די פירער אויך אויף די עווענטועלע דייטשלאנד. קיין סאך מער פון יענע צייטן ווייסט מען נישט. די ערשטע צייטן פון וועלכע מען ווייסט אפיציעל איז געווען 500 יאר שפעטער ווען די קריסטן האבן אנגעהויבן באזעצן אייראפע. לויט דאקומענטן פון יענע צייטן זעט מען אז די אידן האבן געוואוינט ארום דעם ראיהן טייך און האבן גענאסן פון אלע פריווילעגיעס, גארנישט אנדערש ווי די רוימישע. די אידן האבן געהאט זייער א גוטע תקופה אין דייטשלאנד פאר זייער א לאנגע צייט און זענען געווען געשעצט צווישן די גוים אויף אזוי ווייט אז הונדערטער גוים האבן זיך מגייר געווען און אנגענומען די אידישע גלויבן.
אידן אין דייטשלאנד האבן אלע יארן געהאט גרויסע ביזנעסער און זענען געווען א טייל פון די דיישטע עקאנאמיע. דאס האט טאקע שפעטער געברענגט אנטיסעמיטיזם און די האלאקאסט. די אידישע ביזנעסער גייען נאך צוריק אין יענע צייטן ווען רוב פון די סאסייאיטי האבן געהאנדלט מיט פארמינג אדער קונסט-ווערק. די אידן זענען געווען מער פארגעשריטן ווי די קריסטן און האבן געגרינדעט די אשכנזישע וועלט. די אשכנזים זענען געווען ווי א גרופע פון אידן אין דייטשלאנד און ארום וועלכע זענען זיך צוזאמענגעקומען יעדע עטליכע יאר צו דיסקוסירן אידישקייט און ביזנעס. דאס האט זיי געגעבן א געלעגנהייט צו זען וואס אנדערע טוען און פארשטייט זיך געברענגט מער האנדל קיין דייטשלאנד.
די יארן צווישן 960 און 1028 איז אנגערופן געווארן די גאלדענע יארן צוליב די רואיגע יארן וואס די אידן האבן געהאט און זייער סוקסעס אין ביזנעס. אין יענע יארן האט רבינו גרשם געעפענט זיין באוואוסטע ישיבה אין מינס וועלכע האט באלד ג'שמ'ט מיט איר נאמען און צוזאמענגעברענגט תלמידים פון ווייט אוועק. די ישיבה איז געווען געשעצט און באוואוסט אין גאנץ אייראפע און האט ארויסגעגעבן תורה ריזן, אריינגערעכנט רש"י הקדוש וועלכער האט פארפאסט זיינע חידושים אויף די גמרא און אזוי צוריק געברענגט א געוואלדיגע חשק ביים אידענטום צו לערנען גמרא און משניות. די רעספעקט פאר רש"י איז באקאנט אין די אידישע היסטאריע אז אפילו די גוים זענען זיך צוזאמענגעקומען צו זען זיין הימלישע צורה.
די גאלדענע יארן האבן זיך געענדיגט פאר די אייראפעאישע אידן אין נאוועמבער 1095 ווען דער קריסטליכער פויבסט אורבאן דער צווייטער (האט געוואוינט אין פראנקרייך) האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר אלע קריסטן צו באפרייען ירושלים פון די טערקישע מוסולמענער וועלכע האבן אפגעשפארט די טויערן פון די שטאט און נישט אריינגעלאזט די קריסטן. דעם פויבסט באפעל האט געגרינדעט די טרויעריג באוואוסטע קרייץ ציגלער וועלכע האבן זיך צוזאמענגענומען וואו א מיליטער און מארשירט קיין ירושלים ווען אויפ'ן וועג האבן זיי אויסגעפירט די גרויליגסטע רציחות. מיט די גרינדונג פון די קרייץ ציגלער האט די אייראפעאישע אידישע לעבן איבערגעמישט א בלעטל און עס האבן זיך אנגעהויבן א רייע צרות און אנטיסעמיטיזם. די קרייץ ציגלער האבן באשולדיגט די אידן אלס שטיצער צו די מוסולמענער און האבן אויסגע'שחט'ן גאנצע קהילות און שטעט. די גאלדענע אידישע קהילות זענען אינגאנצן פארניכטעט געווארן און אידן זענען געווארן נע ונד. אין די שטאט מינס אליינס האבן די קרייץ ציגלער אויסגע'הרג'ט 1,100 אידישע נפשות אין איין טאג און עטליכע שולן זענען פארברענט געווארן. דער פויבסט האט עטליכע מאל פארדאמט די אטאקעס אבער עס איז נאר געווען געזאגט, למעשה האט ער גארנישט געטאן צו באשטראפן די באשולדיגטע וואס האט געמיינט א גרינע ליכט פאר די קרייץ ציגלער אנצוגיין מיט זייערע רציחות.
די קרייץ ציגלער האבן אנגעהאלטן אסאך יארן און עס זענען געווען 7 קרייץ ציגלער גרופעס. קיין איינע איז נישט געווען ווי די ערשטע וועלכע האבן אנגעמאכט די גרעסטע חורבנות. דאס אידישע לעבן איז שוין מער קיינמאל נישט צוריק געקומען צו די שטאפלען ווי זי האט געהאלטן בעפאר די קרייץ ציגלער. דאס לעבן איז געטוישט געווארן אינגאנצן און אנטיסעמיטיזם האט געוואקסן מער און מער. א גרויסע טייל פון די צובראכענע אידן וועלכע זענען נעבעך געבליבן אן גארנישט האבן געהאט אוועקגעלייגט אסאך געלט און האבן אנגעהויבן מאכן ביזנעס דורך בארגן געלט. די קריסטליכע שכינים זענען אבער געווען פארהאסט קעגן די אידן און האבן אין טייל פעלער ענדערש אומגעברענגט דעם אידישן לייער ווי צו באצאלן.
מיט וואס א יאר שפעטער איז דער מצב מיט די אידן געווארן ערגער. אפגערעדט פון דעם אז זיי האבן מער נישט געקענט געניסן פון אלע פריווילעגיעס, האט מען אין טייל ערטער געצווינגן די אידישע באפעקערונג צו וואוינען אין איין געגענט וועלכע ווערט אנגערופן א געטא. די געטא איז געווען ארומגענומען מיט א טויער און דער הויפט עפענונג איז געווען פארמאכט 24 שטונדן אונטער א שווערע וואך. א איד האט נאר געמעגט ארויסגיין פון די געטא צוליב א סיבה ווי למשל באזוכן א דאקטער, קויפן עפעס, אדער פאר ביזנעס צוועקן. כדי צו קענען פארלאזן די געטא האט מען געמוזט באקומען אן ערלויבעניש. עס זענען איינגעשטעלט געווארן שתדלנים אין אלע געטאס וועלכע זענען געווען די רעפרעזענטירער פון די אידישע באפעלקערונגן און האבן געהאלפן צושטעלן וואס מעגליכע געברויכן. אין יענע צייטן האט זיך די אידישע שפראך אויפגעארבעט ווען די אידן האבן געוואלט רעדן אן אנדערע שפראך וועלכע די קריסטן וועלן נישט פארשטיין. די נייע דעטאלן פון די אידישע שפראך איז ארומגעגאנגן פון געטא צו געטא און אזוי געווארן א מושלמ'דיגע שפראך וועלכע מען האט ווייטער אויסגעלערנט פאר די קינדער.
אויך די פאלגנדע 200 יאר נאך די קרייץ ציגלער זענען געווען ביטערע פאר די אידן. דיקאטוילישע קירכע האט איינגעשטעלט די אזויגערופענע אינקוויזיציע וועלכע האט פארהאסט אלע ערליי וועלטליכע און רעליגיע משפיעים, אריינגערעכנט געלערנטע גוים וועלכע האבן שטודירט סייענס און אנדערע זאכן. די קאטאליקן האבן נישט געוואלט אז מענטשן זאלן זיך אויסלערנען צופיל חכמות און האבן אויסגע'הרג'ט אלע וויסנשאפטלער און להבדיל רבנים און תלמידי חכמים. אין יענע יארן האט זיך אויך אנגעהויבן די טרויעריג בארימטע בלוט בילבולם אין וועלכע די אידן זענען אנגעקלאגט געווארן פאר'ן נוצן גוי'אישע בלוט פאר מצות. די בלוט בילבולים האבן אנגעהאלטן ביז טיף אריין אין די רעפארמאציע יארן און האט זיך נאך געמאכט "דא און דארט" ביז ממש הארט בעפאר דעם וועלט קריג.
אידישע געמיינדעס האבן נישט געהאט קיין מנוחה אין ערגעץ און האבן זיך שטענדיג גערירט פון איין ארט צום צווייטן ביז ווען אויך אינעם צווייטן האט מען שוין געמוזט אוועקגיין צוליב צרות. אין יעדע שטאט אדער דארף וואו אידן זענען אלץ אנגעקומען האבן די ארטיגע פריצים און הערשער זיי געגעבן געוויסע רעכט און זיכערהייט נאכדעם וואס מען האט אויף זיי ארויפגעלייגט הויכע שטייען. כאטש מען האט פיינט געהאט אידן די אלע יארן האט מען אבער געברויכט אנקומען צו זיי ווען עס איז געקומען צו ביזנעס. די אידן זענען געווען פון די בעסטע האנדלער. אין טייל שטעט האט מען זיי ווארים אויפגענומען און זיי צוגעשטעלט פרנסה'ס אבער איינמאל די ביזנעס אין יענע שטאט איז שוין געווען אויפגעארבעט און די אידן האבן מער נישט אויסגעפעלט האט מען זיי אויסגעטיילט צרות. דורכאויס די יארן האבן זיך די אידישע קהלות אלץ גערוקט מער צו מזרח אייראפע וואו זיי האבן זיך קאנצעטרירט אין פוילן. אין דייטשלאנד זעלבסט האבן די אידן זיך טיילמאל אן עצה געגעבן ווען זיי האבן זיך געלעקט צו די הערשער און זיי געהאלפן ארכיטעקטן שיינע פאלאצן און צומאל געהאלפן אויפבויען די ארמיי.
ווי דערמאנט האבן זיך די אידישע קהלות גערוקט אלס מער צו מזרח און זיך באזעצט איןמינכן,וויען אוןבערלין. די אלע שטעט זענען געווארן וויכטיגע אידישע שטעט אין דעם מאדערנעם דייטשלאנד.
די סטאטוס פון די אידישע באפעלקערונג האט זיך עטוואס פארבעסערט אינעם 17'טן יאר-הונדערט ווען די וועלט האט זיך אנגעהויבן מאדערניזירן אין אירע ערטשע שטאפלן. טויזנטער קליינע דערפער וועלכע זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע הערשער זענען צוזאמענגעשמאלצן געווארן צו גרעסערע שטעט און זייערע קעניגן און הערשער האבן איינגעזען אז עס איז געווען א נארישקייט צו פייניגן די אידן וועלכע וואלטן געקענט אסאך אויפטאן פאר די דייטשע עקאנאמיע. אזעלכע הערשאפטן ווי פרייסן, האמבורג, בראדנבורג, פאמירעניע (די אלע שטעט זענען געווען זעלבשטענדיגע קעניגרייכן בעפאר דאס לאנד דייטשלאנד האט זיך אפיציעל געגרינדעט) האבן אנגענומען אידן אין זייערע טעריטאריעס אבער האבן זיי גוט אויסגענוצט דורך ארויפלייגן באזונדערע געזעצן פון וועלכע רוב האבן געמוזט אדמיניסטרירט ווערן דורך די קהלות. די הערשאפט פון די ראשי קהלה האט צוביסלעך אויסגעוועפט מיט יעדע טריט נענטער צו דייטשלאנד'ס גרינדונג. אין 1750 האט דער דעמאלטדיגער פרייסישע קייסער,פרעדעריק דער צווייטער, איבערגעקוקט די אידישע טשארטער (אין די רעגירונג'ס טשארטערס האבן זיך שטענדיג געפינען א באזונדערע טשארטער בנוגע די אידן און זייערע רעכט) און זיי ערלויבט מער רעכט און פארמינערט די הערשאפט פון די קהלות.
די מאדערניזירונג האט טאקע געהאלפן די אידישע געמיינדעס און מען האט לייכטער אפגעאטעמט אבער ברוחניות האבן די קהלות אנגעהויבן ליידן פון די משכילים און זייערע נאכפאלגער וועלכע האבן פארכאפט די תמימות'דיגע אידן און צובראכן משפחות און קהלות. צענדליגער משיח'סטן האבן ארומגעפירט די אידן ווי משה מענדלעסאן (ימ"ש) און זיינע נאכפאלגער. די דייטשע אידן האבן צום ערטשן מאל באקומען כמעט פולע בירגערשאפט נאכדעם וואס פרייסן איז איינגענומען געווארן דורך פראנקרייך און דער קייסער נאפאליען האט איבערגעארבעט אלע טשארטערס, אריינגערעכנט די אידישע. מען האט אבער נישט גענאסן פון די נייע רעכט ביז 50 יאר שפעטער צוליב די נאכאנאנדיגע מלחמות צווישן פראנקרייך און פרייסן. אין 1812 איז פרייסן געווארן די ערשטע דייטשע שטאט וואס האט אפיציעל געגעבן 100 פראצענטיגע בירגערשאפט פאר אלע אידן אין איר טעריטאריע. מיט יעדע טריט ווייטער צו מאדערניזירונג האבן די אידישע קהלות אנגעהויבן ליידן פון פרישע רוחינות'דיגע פראבלעמען און דאסמאל איז עס געווען די גרינדונג פון די רעפארם גרופעס. זייער אסאך אידן האבן איבערגעלאזט די ערליכע אידישע וועג און זיך אנגעהאנגן צו די רעפארם גרופעס. פארשטייט זיך אז מען האט די רעפארמער ארויסגעווארפן פון די שולן און זיי האבן געגרינדעט רעפארם טעמפלן און די קהלות זענען גענצליך צוטיילט געווארן. נאך די רעפארם איז געקומען די קאנסערוואטיוו גרופעס וועלכע האט געהאט א שוואכערע אבער ענליכע עפעקט אויף די אידישע געמיינדעס.
די אידן האבן זיך מער און מער איינגעגעסן אין די נייע דייטשלאנד און האבן געעפענט ריזיגע ביזנעסער און האבן זיך אפילו ארויפגעארבעט צו הויכע פאליטישע שטאפלן. די דייטשן האבן געקוקט מיט האס אבער האבן מורא געהאט אפען צו דיסקרימינירן ביז נאך די ערשטע וועלט קריג ווען אנטי-סעמיטיזם איז צוריק געקומען צו איר ערגסטע פונקט אין הונדערטער יארן ביז היטלער איז געקומען צום מאכט און אנטי-סעמיטיזם איז געווארן לעגאל. די פילע צרות האט ליידער נישט נאכגעלאזט און האט געברענגט די גרינדונג פוןציוניזם דורךטעאדער הערצל. מיט די פארמערונג פון צרות איז די ציוניסטישע באוועגונג שטערקער געווארן און טויזנטער אידן האבן אפגעצויגן פון דייטשלאנד און אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע אדער קיין פאלעסטינע, ספעציעל נאכדעם וואס היטלער איז געקומען צום מאכט. די גרעסטע טייל אידישע איינוואוינער זענען אבער יא פארבליבן אין דייטשלאנד מיט קאטאסטראפישע רעזולטאטן.
נאך דעם קריג זענען גאר אסאך יידן צוריק געקומען קיין דייטשלאנד. זיי זענען געווען איינגעטיילט אין דרײַ גרופעס: מענטשן וואס האבן געוואוינט אין דייטשלאנד בעפאר דער קריג און האבן זיך צוריקגעקערט צו זייערע שטעט און היימען, פארלוירענע מענטשן אן פאמיליעס פון גאנץ אייראפע וועלכע האבן געפונען רעזערוואט אין דייטשלאנד, און אן ערך פון 20,000 יידן וועלכע זענען געווען באהאלטן אין דייטשלאנד דורכאויס דער קריג. סך הכל איז די צאל יידן אין דייטשלאנד נאך דער קריג געווען נאר 5 פראצענט פון בעפאר דער קריג. דער נומער איז שטארק רעדוצירט געווארן וואס שפעטער נאך דער קריג ווען די דייטשע יידן האבןאימיגרירט קייןארץ ישראל אוןאמעריקע. יידן האבן זיך באזעצט נאך דער קריג אין מערבבערלין,מינכן,פראנקפורט,דוסלדארף,האמבורג, אוןקעלן. ווייניגער פון 1,000 אידן האבן געוואוינט אין מזרח דייטשלאנד און אלע פון זיי אין מזרח בערלין.
רוב פארבליבענע יידישע געמיינדעס וואס זענען פארבליבן אין דייטשלאנד אפילו שפעטער זענען מיינסטנס געווען עלטערע מענטשן און דער אידישער צוקונפט אין דייטשלאנד איז געווען א פארפאלענער. די יידן האבן באקומעןקאמפענסאציע פון די דייטשע רעגירונג און נאך פארשידענע הילף וועלכע האט זיי געמאכט די רייכסטע יידן אויף די וועלט אין יענע אומשטענדן.
די ווידער-פאראייגונג פון דייטשלאנד און שפעטער די צוזאמענפאל פון דעםסאוועטן פארבאנד האט געברענגט נאך יידן קיין דייטשלאנד וועלכע האט דעגרייכט 40,000 אין צאל. עס איז געווארן א גרעסערער פארלאנג פארכשרע עסן און און שולעס און נייע יידישע ארגאניזאציעס האבן זיך געגרינדעט. די צאל פון נישט יידישע אידן איז געשאצט געווארן צו דאפלט (80,000). היינט האלט די צאל יידן ביי 60,000 אבער רוב יידן זענעןרעפארמער אדערקאנסערוואטיווער באוועגונגען וועלכע לאזט איבער זייער א קליינע צאלארטאדאקסישע יידן.