גריכנלאנד (גריכיש : Ελλάδα עלאַדאַ אדערΕλλάς עלאַס ), אפיציעל דיהעלענישע רעפובליק (גריכיש : Ελληνική Δημοκρατία ), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרחאײראָפּע , ביים דרום עק פונעםבאלקאנער האלבאינזל . עס גרענעצט מיטאלבאניע ,בולגאריע אוןרעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, אוןטערקיי אין מזרח. דעראגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דעריאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.
גריכנלאנד איז אןאנטוויקלט לאנד , א מיטגליד פונעםאייראפעישן פארבאנד זײַט 1981,[ 2] און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001,נאט"א זײַט 1952,[ 3] דיארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961,[ 4] און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איזאַטען ; אנדערע חשובע שטעט זענעןסאלאניקי ,פאטראס אוןהעראקליאן .
דערפארטענאן איןאטען איז א סימבאל פון קלאסיש גריכנלאנד. גריכנלאנד איז געווארן א רעפובליק דעם 25סטן מערץ 1924.
גריכנלאנד איז אפארלאמענטארישע רעפובליק . דערראש מלוכה , וואס ווערט גערופן פרעזידענט, ווערט געוויילט דורכן פארלאמענט פאר א קאדענץ פון פינף יאר. די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט אין 1975. דער פארלאמענט האט איין קאמער מיט 300 דעפוטאטן.
זייטן 1טן יאנואר 2011 איז גריכנלאנד צעטיילט אין 13 ראיאנען.
נומער ראיאן הויפטשטאט שטח (ק"מ²) שטח (קוואדראט מייל) באפעלקערונג[ 5] GDP (ביליאן)[ 6] 1 אטיקע אטען 3,808 1,470 3,812,330 €103.334 2 צענטראלע גריכנלאנד לאמיע 15,549 6,004 546,870 €12.530 3 צענטראלע מאקעדאניע סאלאניקי 18,811 7,263 1,874,590 €34.458 4 קרעטע העראקליאן 8,259 3,189 621,340 €12.854 5 מזרח מאקעדאניע און טראקיע קאמאטיני 14,157 5,466 606,170 €9.054 6 עפירוס יאנאנינע 9,203 3,553 336,650 €5.827 7 איאנישע אינזלען קארפו 2,307 891 206,470 €4.464 8 צפון אגאישע מיטילענע 3,836 1,481 197,810 €3.579 9 פעלאפאנעז טריפאלי 15,490 5,981 581,980 €11.230 10 דרום אגאישע ערמופאלי 5,286 2,041 308,610 €7.816 11 טעסאליע לאריסע 14,037 5,420 730,730 €12.905 12 מערב גריכנלאנד פאטראס 11,350 4,382 680,190 €12.122 13 מערב מאקעדאניע קאזאני 9,451 3,649 282,120 €5.564
דער מעטראפאליטאנער שטח פון דער הויפטשטאט אטען האט א נייעם אינטערנאציאנאלן פליפארט (געעפנט 2001), א נייעם פארשטאטישןאויטאסטראד "אַטיקי אדאס" (געעפנט 2001), און א פארברייטערטעמעטרא סיסטעם (זײַט 2000).
די מערהייט פון די גריכישע אינזלען און א סאך שטעט זענען פארבינדן דורך לופט טראנספארט, בעיקר מיט די צוויי הויפט פלי געזעלשאפטן פון גריכנלאנד,אלימפיק אוןאגאישע לופט .
אינטערנאציאנאלע באן ליניעס פארבינדן גריכישע שטעט מיט אייראפע, דיבאלקאנען און טערקיי.
דערבאנק פון גריכנלאנד איןאטען דערברוטא אינלענדישער פראדוקט פון גריכנלאנד וואקסט גיך.[ 7] א הויפט דינער פון אויסלענדישע וואלוטער, ביז 15%, איז די טוריזם אינדוסטריע,[ 8] וואס באארבעט 16.5% פון דעם גאנצן ארבעטקראפט.
אינגאנצן האט גריכנלאנד 4.9 מיליאן ארבעטער.[ 9] די גריכן ארבעטן א דורכשניט פון 1,811 שעה'ן א יאר.[ 10]