געזונט אדערגעזונטהייט איז דער "גוטער פיזישער,גייסטישער אוןסאציאלער צושטאנד פון אלעבןבאשעפעניש און נישט נאר דאס פֿעלן פוןקראנקייט" לויט דערוועלט געזונט ארגאניזאציע.
אין 1975 איז געווארן פארעפנטלעכט אין קאנאדע דער באריכט "א נײַער פערספעקטיוו וועגן דער געזונט פון קאנאדער", באקאנט אויך ווי דער "לאַלאנד באריכט". דער באריכט שלאגט פאר פיר וואריאבלען צו באצייכענען געזונט: "מענטשלעכע ביאלאגיע", "סביבה", "לעבנסטיל" און "געזונט ארגאניזאציע". געזונט ווערט אפגעהיטן דורך וויסנשאפט און דעם דיסצפלין פון מעדיציען, אבער אויך קען יעדער איינער ווירקן צו פארבעסערן זיין אייגענעם געזונט צושטאנד. פיזישע איבונגען, פארמיידן איבערפעטונג און היטן א געהעריגן קערפער־געוויכט, באלאנסירטעדערנערונג, פארמינערן געשפאנקייט, אויפהערןרייכערן און ניצן נארקאטיק, זענען אלע מעגלעכקייטן וואס א מענטש האט אליין צו פארבעסערן זיין געזונט.
פיזישע געזונט מיינט גוטקערפעריש געזונט, וואס נעמט זיך פון רעגולערעאיבונגען , געהעריגעדיעטע אוןדערנערונג, און גענוג רו. ווען איינער איז פיזיש געזונט, קען ער גיין און לויפן אן צו כאפן דעם אטעם, און קען אויספירן די אקטיוויטעטן פון טאג־טעגליכן לעבן אן הילף.
גייסטישע געזונט איז א געפיל־ און פסיכאלאגישער וואוילזיין מיט וואס א מענטש איז קאמפעטענט אויסצוניצן זיינע פעאיקייטן.