א ספיראלישע גאלאקסיעאגאַלאַקסיע איז א גרופע פון אסאךשטערן, צוזאמעןגאז,שטויב, אוןטונקעלע מאטעריע.גראוויטאציע האלט א גאלאקסיע צוזאמען. אלץ אין א גאלאקסיע באוועגט זיך אום א צענטער. דאס ווארט גאלאקסיע שטאמט פוןגריכיש wordGalaxia וואס איז טייטשמילכיג, וואס באדייט אונזער גאלאקסיע, דעםמילכיגן וועג.
עס זענען פאראן דריי טיפן גאלאקסיעס: עליפטישע, ספיראלישע און אומרעגולערע. אלע גאלאקסיעס זענען אינעםאוניווערס. מען שאצט אפ אז ס'זענען דא 100 ביליאן גאלאקסיעס אין דערווייטקייט וואו מ'קען זען, דעם מערקלעכן אוניווערס. יעדע גאלאקסיע אנטהאלט עטלעכע 100,000 ביז 1 טריליאן שטערן. לויט דעם איז די צאל שטערן אינעם אוניווערס מער ווי וויפל זעמדלעך ס'איז דא אין אלע פלאזשעס אויף דערערד.
מען קען שילדערן גאלאקסיעס לויט דער צאל שטערן אין זיי.די גאלאקסיע דערקליינער מאגעלאנישער וואלקן האט בערך 1 ביליאן שטערן. דאס איז א קליינע גאלאקסיע פארהעלטנמעסיק מיט רוב אנדערע, אבער זי איז נישט די קלענסטע:לעא I אוןלעא II האבן אומגעפער 1 מיליאן שטערן, און דידראקא סיסטעם האט "נאר" א פאר הונדערט טויזנט שטערן. אסטראנאמען רופן די גאלאקסיעס "קארליק גאלאקסיעס."
אין אלגעמיין, מען רופט די קלענערע גרופעס "שטערן הענגלעך," נישט גאלאקסיעס א "הענגל" איז א גרופע פוןפרוכט א.ד.ג., ווי א הענגלטרויבן.