קריגלעך פוןבענזין, א סארט ברענשטאףאברענשטאָף איז יעדעכעמישע סובסטאנץ וואס קען רעאגירן מיט אנדערע סובסטאנצן צו פראדוצירןהיץ,עלעקטריע אדער אנדערע סארטןענערגיע. געוויינטלעך ארבעט דאס דורךפארברענען דעם ברענשטאף, אבער עס זענען דא אויסנאַמען וויקערן ברענשטאפֿן. מען קען אָפּטיילן ברענשטאפֿן צו צוויי הויפט סארטן:פֿאָסיל ברענשטאפֿן און אנדערע מאטעריאלן.
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –פאסיל-ברענשטאף
עס זענען דא פארשידענע סארטן ברענשטאפֿן געמאכט פון פֿאָסילן:
טייל מענטשן ווילן נישט ניצן פֿאָסיל ברענשטאפֿן ווייל זיי קענען פארפּעסטיקן די אומגעגנט. ווייל אלע פֿאָסיל ברענשטאפֿן ווערן געמאכט פוןקוילנשטאף, פארברענען זיי מאכטקוילן זייערס. טייל מענטשן מיינען אז צופיל קוילן זייערס אין די לופטן קען מאכן דעםוואַרעמהויז עפֿעקט. פֿאָסיל ברענשטאפֿן אויך באַנייַען זיך נישט אדער באַנייַען זיך זייער לאַנגזאַם (טויזנטער יארן). דאס הייסט אז די פֿאָסיל ברענשטאפֿן וועלן אפשר פֿעלן אויס איבער די גאנצע וועלט.
אנדערע ברענשטאפֿן ווערן נישט געמאכט פון פֿאָסילן. א טייל זיי ווי קערן און הידראגען זענען פריי פון קוילנשטאפֿן. אנדערע ווי האָלץ און עטאַנאָל דאָך האבן קוילנשטאפֿן. א טייל די דאזיקע זענען:
די דאזיקע ברענשטאפֿן קענען זיך באַנייַען. דאס הייסט אז מען קען מאכן מער אויב זיי פֿעלן אויס.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
ברענשטאף