ברעגענץ (דייטשיש: Bregenz) איז דיהויפטשטאט פונעם לאנדפארארלבערג איןעסטרייך, ווי אויך די הויפטשטאט פונעם ברעגענץ באצירק.די שטאט פארמאגט די באדייטנדיגסטע און וויכטיגסטעאזערע אין עסטרייך - "קאנסטאנץ". אויסער דעם די שטאט באדינט אלס אן אייזנבאן פארבינדונג פונקט, און זי ווערט אויכעט גערעכנט אלס א וויכטיגערספארט אוןקולטור צענטער. אין הינזיכט פון דער באוואוינער צאל, ווערט ברעגענץ פארעכנט אלס די דריטע גרעסטע שטאט אין פארארלבערג נאךדארנבירן אוןפעלדקירך. לויט איינצלהייטן פון דעם עסטרייכישן קאנצעזוס ביורא (ריכטיג פאריאנואר2017), דיבאפעלקערונג אין ברעגענץ באשטייט פון 29,562 איינוואוינער.
שוין ארום יאר 1500 פאר דער קריסטלעכער ציילונג מענטשן האבן זיך באזעצט אין דער געגנט פון ברעגענץ. אין יאר 1451 און אויכעט אין 1523 די שטאט איז פארקויפט געווארן צוםהאפסבורגער הויז, און געבליבן אונטער עסטרייכישער הערשאפט, מיט א קורצער באזעצונג פון דישוועדישע טרופן אונטער קארל גוסטאף ווראנגל דורך דער דרייסיג-טאגיגער מלחמה ביז דעם19טן יארהונדערט.ברעגענץ איז אויכעט געווען פאר עטליכע יאר אונטערבייערישער הערשאפט, פון1805 ביז1814.
א בליק אויפן האפן פון ברעגנעץאין יאר1842 האט זיך אנגעהויבן די בוי פון אפארט אויף דער "קאנסטאנץ"אזערע, און האט זיך פארענדיגט אומגעפער אכט יאר דערנאך, אין1850. אין יאר1883 און אויכעט צווישן1889-1891 דער פארט איז פארגרעסערט געווארן, און די עסטרייכישע שיף-דינסט איז איינגעשטעלט געווארן אין1884.באן פארבינדונג עקזיסטירט אין בערגענץ זייט1872. זייט דעמאלטס האט זיך די שטאט היבש פארברייטערט און איז אויסגעצויגן געווארן אויסערהאלב איר אורשפרינגליכן געביט ביז צום ארומיגן לאנדשאפט און די ארומיגע דערפער.זייט יאר1872 ברעגענץ איז באשטימט אלס דער הויפט זיץ-ארט פונעם עסטרייכישן פארוואלטונג אין פארארלבערג.אין יאר1945 ביי דערצווייטער וועלט קריג, האט די שטאט געליטן פון א העפטיגער אנגריף און איז באמבאדירט געווארן. אלס רעזולטאט פונעם איבערפאל 72 הייזער זענען גענצליך צעשמעטערט געווארן. פאר א שטיק צייט נאך דער קריג, איז ברעגענץ געווען אונטער א פראנצויזישער באזעצונג.
אין דעם 19טן און אין דעם20סטן יארהונדערט האט די שטאט ברעגענץ ערלעבט א שטארקע ווירטשאפטליכע אנטוויקלונג פון שפייז און געטראנקען אינדוסטריע, און אויכעט פון פיין-מעכאניק און טעקסטיל. א צוזעצליכע און א באדייטליכע איינקונפט קוועלע איז געוועןטוריזם.ריכטיג פארמיי2001, זענען אפגעציילט געווארן 17,357 ארבעטערס אין די 1527 געזעלשאפטן און אונטערנעמען וועלכע זענען באזירט אין בערגענץ.9 פירמעס אין בערגענץ באשעפטיגען מער ווי 200 מיטארבעטערס און דערפאר ווערן זיי פארעכנט אלס די גרעסטע אונטערנעמען פון דער שטאט.לויט אפשאצונגען די צאל פון איינקונפט-שטייער באצאלערס האט זיך געהאלטן דעמאלטס ביי 12,385 ארבעטערס.