Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

בערלין

פֿון װיקיפּעדיע
בערלין
Berlin
הימל־ליניע פון בערלין
מדינה /טעריטאָריעדייטשלאנד
קאָאָרדינאַטן52°31′N13°24′E /52.517°N 13.400°E /52.517; 13.400קאארדינאטן:52°31′N13°24′E /52.517°N 13.400°E /52.517; 13.400
בירגערמייסטערמיכאל מילער
שטח891.85קוואדראט ק"מ

  אין שטאָט

3,440,440 (שטייענדיג2010)

בערלין (דײַטש:Berlin) איז די הױפּטשטאָט פֿוןדײַטשלאַנד. מיט אבאפעלקערונג פון 3,574,830 (סוף 2016), איז ער די גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און די צווייטעמערסטע באפעלקערסטע שטאט אין דעםאייראפעישן פארבאנד. ער געפינט זיך אין צפון־מזרח פון דייטשלאנד. אין בערלין פליסן די טייכןשפרעע אוןכאפעל.

בערלין ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אינעם 13טן יארהונדערט. ער איז געווען די הויפטשטאט פוןפרייסן (1701–1918), דידייטשע אימפעריע (1871–1918), דיוויימאר רעפובליק (1919–1933) און דאסדריטע רייך (1933–1945).[1] צווישן די יארן1961 -1989 איז בערלין געווען צעטיילט דורך דערבערלינער וואנט.

בערלין איז איינע פון די 16דייטשע לענדער, און איינע פון דריישטאטס לענדער (די אנדערע צוויי זענעןהאמבורג אוןברעמען).

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דערדרייסיג יעריגער קריג אין דייטשלאנד פון 1618-1648, איז אראפ די באפעלקערונג פון בערלין צו נאר 6000.

וועןפרידריך דער ערשטער איז באקרוינט געווארן מלך פוןפרייסין אין 1701 איז בערלין געווארן די הויפטשטאט פון פרייסין.

אין 1806 האט די ארמיי פוןנאפאלעאן באנאפארטע מארשירט אריין אין בערלין.

אין 1871 איז בערלין געווארן די הויפטשטאט פון דערדייטשער אימפעריע.


אין 1933 האבן געוואוינט אין בערלין 160,000 יידן, א דריטל פון אלע יידן אין גאנץ דייטשלאנד. נאכדעם וואס דינאצי פארטיי האט געכאפט די הערשאפט אין דייטשלאנד, האבן יידן אנגעהויבן עמיגרירן ביז אין 1939 זענען געבליבן אין בערלין נאר 80,000 יידן. נאךקריסטאל נאכט אין 1938 האט מען ארעסטירט טויזנטער יידן און מ׳האט זיי געשיקט אינעםזאקסנהויזןקאצעט, נישט ווייט פון דער שטאט. פון אנהייב 1943 האט מען דעפארטירט די יידן איןאוישוויץ און אין אנדערעטויט לאגערן. צווישן 1943-1945 און ביים קאמף פון בערלין האבן אליאירטע פלי־קראפטן פארטיליקט גרויסע טיילן פון בערלין. 125,000 בירגער זענען געהרג׳עט געווארן.

ווען דיצווייטע וועלט-מלחמה האט געענדיקט מיי 1945 זענען געקומען קיין בערלין טויזנטער פליטים פון מזרח־אייראפע. די אליאירטע קראפטן האבן צעטיילט בערלין אין פיר סעקטארן. שפעטער האבן די מערבדיקע קראפטן (פאראייניגט שטאטן, פראנקרייך און דאס פאראייניגטע קעניגרייך) פאראייניגט זייער סעקטארן צו שפאןמערב בערלין. דער סאוועטער סעקטאר איז געווארןמזרח בערלין. מערב בערלין איז געווען אינגאנצן ארומגענומען מיט דער סאוועטער זאנע פון דייטשלאנד. אין 1961 האט די קאמוניסטישע רעגירונג פוןמזרח דייטשלאנד געבוייט דעםבערלינער וואנט צווישן מזרח און מערב בערלין.

געאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
Aerial view over Berlin Mitte

בערלין געפינט זיך אין צפון־מזרחדייטשלאנד, אין א זומפישער גענגנט מיט גאנץ פלאכערטאפאגראפיע, טייל פונעם ריזיקןגרויס-אייראפעישן פלוין וואס דערגרייכט פון צפוןפראנקרייך ביז מערברוסלאנד. דער טייךשפריי (400 ק״מ אין לענג) פליסט אדורך בערלין; אין דעם שפאנדוי באצירק אין מערב בערלין פליסט דער שפריי אריין אין טייךהאוול, וואס פליסט פון דרום קיין צפון אדורך מערב בערלין. דער פארלויף פונעם האוול איז מער א קייט פון אזערעס, די גרעסטע פון זיי דער טעגעלער ים און דערגרויסער וואנזע. אויך איז פאראן א סעריע אזערעס וואס געבן וואסער אריין אינעם אייבער־שפריי, וואס פליסט דורך דער גרויסער מיגלזע אין מזרח בערלין.[2]

היפשע טיילן פון היינטיקן בערלין פארשפרייטן זיך אויפן נידריגן פּלאטאָ אויף ביידע זייטן פון דעם שפּרעע־טאָל. גרויסע טיילן פון די באצירקןרײניקנדאָרף אוןפּאנקאָוו ליגן אויפן בארנים פלאטא, און רוב פון די באצירקןשארלאָטנבורג־ווילמערסדאָרף,שטעגליץ־צעלנדאָרף,טעמפּלהאָף־שײנעבערג אוןנייקעלן ליגן אויפןטעלטאָוו פלאטא.

זייט 2015, איז די העכסטע הייכונג אין בערלין אויף די אָרקנבערג בערגלעך אין פּאנקאָוו, הויך 122 מעטער, וואו מען ווארפט אוועק בויברעך.[3] די גרעסטע נאטירלעכע הייך געפינט זיך אויף די מיגלבערג מיט 114.7 מ, און דער נידריגסטער פונקט איז ביים שפעקטע־ים אין שפאנדוי, הויך 28 מעטער.[4]די מערסטע וועלט־בארימטע גאס פון בערלין איזאונטער די לינדן.

באצירקן פון בערלין

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייט 2001 האט בערלין 12באצירקן.

  1. שארלאטנבורג-ווילמערסדארף
  2. פרידריכסהיין-קרייצבערג
  3. ליכטנבערג-האהענשיינויזן
  4. מארצאן-העלערסדארף
  5. מיטע (צענטראל)
  6. נייקעלן
  7. פאנקאוו
  8. רייניקנדארף
  9. שפאנדוי
  10. שטעגליץ-צעלנדארף
  11. טעמפלהאף-שיינעבערג
  12. טרעפטאוו-קעפעניק

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
בערלין איז אן אונעסקא "פלאנעווען שטאָט" און אנערקענט פאר אירע שעפערישע אינדוסטריעס און סטארטאפ-עקאסיסטעם.[5]

אין 2015 איז דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון דער שטאט-לאנד געווען €124.16 (~$142) ביליאן אין פארהעלטעניש צו €117.75 אין 2014,[6] א פארמערונג פון אומגעפער 5.4%. די בערלינער עקאנאמיע איז דאמינירט פון דעם באדינונג סעקטאר, מיט אומגעפער 84% פון אלע פירמעס וואס ארבעטן אין באדינונגען. אין 2015, איז די גאנצע ארבעט-קראפט אין בערלין געווען 1.85 מיליאן. די ארבעטסלאז ראטע האט דערגרייכט א 24-יאר נידריגפונקט אין נאוועמבער 2015 און איז געשטאנען ביי 10.0% .[7] פון 2012–2015 האט בערלין, ווי איינע פון די דייטשע לענדער, געהאט די העכסטע יערלעכע באשעפטיגונג וואוקס־ראטע. אומגעפער 130,000 שטעלעס זענען צוגעקומען אין דער תקופה.[8]

דער גרויסערבערלין טעגעל לופטפעלד איז איינע פון די 28 גרעסטע לופטפעלדער.

דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערלין האט עטלעכע 3.375 מיליאן באוואוינער (ריכטיק פאר2015) אין א שטח פון 891.75 קוואדראט קילאמעטער. אזוי איז די באפעלקערונג געדעכטקייט פון דער שטאט 3,850 איינוואוינער צו א ק״מ2. אין2012, איז די דורכשניט עלטער פון די איינוואוינער געווען 42.2[9] און לויט די שטאטישע סטאטיסטיק פון 2015, זענען מער ווי 40 פראצענט פון די באוואוינער פון דער שטאט געווען יונגער פון 35[10].

457,806 (13.5%) פון דער באפעלקערונג זענען אויסלענדער מיט בירגערשאפט פון 185 לענדער. צווישן זיי 250,000 פוןטערקיי (די גרעסטע טערקישע געמיינדע אין דער וועלט אינדרויסן פון טערקיי) און עטלעכע 36,000 פון שכנישןפוילן. אין דער שטאט וואוינען אויך פיל ישראלישע (בערך 50,000), אויך שפאנישע, קארעער, וויעטנאמעזער און נאך.

60% פון די איינוואוינער האבן נישט קיין רעליגיע, 19.4% זענען פראטעסטאנטישע קריסטן, 9.4%קאטאליקן, 2.7% אנדערע קריסטן און 8.8%מוסולמענער. ווייניגער ווי 0.3% פון די איינוואוינער פון בערלין זענען איינגשריבן ווייידן.

די הויפט פרעמדער שפראכן וואס מ׳רעדט אין בערלין אחוץ דער אפיציעלער שפראךדייטש זענעןטערקיש,ענגליש,אראביש,רוסיש אוןפויליש.

יידן אין בערלין

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יידן ווערן דערמאנט אין דער שטאט בערלין צומערשטן מאל אין1295. זיי האבן געוואוינט אין דער בערלינעריידנגאס. אין1348, אין דער צייט פונעםשווארצן טויט זענען פארגעקומען פאגראמען, און די יידן וואס זענען איבערגעבליבן האט מען פארטריבן. די געמיינדע איז באנייט געווארן אין1354. אין יאר1446 האט מען פארטריבן די יידן פון גאנץ בראנדנבורג, אבער נאך א יאר האט מען זיי געלאזט צוריקקומען. אין1510 איז פארגעקומען אין דער שטאט אבלוט-בילבול: מען האט געהרג׳עט פופציק יידן און די אנדערע האט מען פארטריבן. אין1539 האט מען אנולירט דעם באפֿעל, און דער פרינץיאאכים דער צווייטער פון בראנדנבורג האט באשטימט דעםהויף-ייד לעאפאלד פוןפראג צו פארוואלטן די מינצעריי. ווען דער איז געשטארבן האט מען באשולדיגט לעאפאלד אז ער האט אים פאר׳סמ׳ט און מען האט אים הינגעריכטעט. אין1573 האט מען באנייט דעם פארטרייבנונגס באפעל, דאס מאל "אויף אייביג".

אום21סטן מיי1671 האטפרידריך ווילהעלם דער ערשטער, דער עלעקטאר־פרינץ פון בראנדנבורג, דערלויבט 50 פארמעגלעכע יידישע משפחות, וואס האבן געוואנדערט נאך דער פארטרייבונג פוןווין א יאר פריער, זיך צו באזעצן אין דער שטאט. אין1672 האט מען געהייליגט דעםאלטן בערלינער בית החיים, און אין1714 האט מען געווידמעט א קבועדיקע שול אין היידערייטער געסל. מען האט געלייגט אויף דער געמיינדע שווערע שטייערן און פילע באגרעניצונגען. אין 1700 האט די יידישע געמיינדער געציילט בערך 1,000 מענטשן. ווערנט דעם יארהונדערט זענען עטלעכע פון די פירער פון דער געמיינדע געווארן רייך און נאנט צו דער הערשאפט, פארויס פון זיידניאל איציג.

אין1778 האטדוד פרידלענדער געעפנט די יידישע-פריישולע (דייטש: Jüdische Freyschule), וואס איז געווען דער ערשטער חינוך אנשטאלט בייאשכנזישן יידנטום וואו מען האט געלערנט אויך סעקולערע פאכן. אין1812 האט מען געגעבןעמאנציפאציע צו אלע יידן אין פרייסן. דאס האט געברענגט א כוואליע פון אסימילאציע ביי די דייטשע יידן, וואס האט ארויסגעברענגט א שטארקן ייאוש ביי מחנכים ווייום-טוב ליפמאן צינץ. אין די 1930ער יארן האבן זיך געשמד׳ט אין בערלין עטלעכע פופציק מענטשן א יאר.

איינע פון די ערליכע רבנים אין בערלין, איז געווען רביעזריאל הילדעסהיימער זצ"ל, וואס ליגט אינעם יידישער בית החיים אין בערלין.

צווילינג שטעט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערלין האט 17 צווילינג שטעט.

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. Documents of German Unification, 1848–1871.Modern History Sourcebook.דערגרייכט דעם18טן אויגוסט 2008.
  2. Satellite Image Berlin.גוגל מאפעס.דערגרייכט דעם18טן אויגוסט 2008.
  3. Berlin hat eine neue Spitze(ארכיווירט 22.07.2016 ביי דערWayback Machine), Qiez, 27 January 2015.
  4. Stefan Jacobs:Der höchste Berg von Berlin ist neuerdings in Pankow, 22 February 2015.
  5. Berlin – Europe's New Start-Up Capital.
  6. "Volkswirtschaftliche Gesamtrechnungen – Bruttoinlandsprodukt", statistik-portal. דערגרייכט דעם21סטן מיי 2016.ארכיווט פונעםאריגינאל דעם 2018-01-11. (אויףדייטש)
  7. "Berlin hat so wenig Arbeitslose wie seit 24 Jahren nicht", Berliner Zeitung. דערגרייכט דעם1טן נאוועמבער 2015.ארכיווט פונעםאריגינאל דעם 2015-12-03. (אויףדייטש)
  8. "In Berlin gibt es so viele Beschäftigte wie nie zuvor", Berliner Zeitung(28סטן יאנואר 2015). דערגרייכט דעם16טן פעברואר 2016. (אויףדייטש)
  9. Demography - Region of BERLIN, אינטערנעט ארטUrbiStat.it(אויףענגליש)
  10. The population of the capital region, באתר האינטרנטBerlin - Business Location Center(אויףענגליש)


לענדער פון דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד
לענדער
שטאָט לענדער
 הויפטשטעט פון די מיטגליד לענדער פונעםאייראפעישן פארבאנד
אטען,גריכנלאנד ·אמסטערדאם,האָלאַנד ·בודאפעשט,אונגאַרן ·בוקארעשט,רומעניע ·בערלין,דייטשלאנד ·בריסל,בעלגיע ·דובלין,אירלאנד ·העלסינקי,פינלאנד ·וואלעטא,מאלטא ·ווארשע,פּוילן ·ווילנע,ליטע ·ווין,עסטרייך ·זאגרעב,קראאטיע ·טאלין,עסטלאַנד ·לוקסעמבורג,לוקסעמבורג ·ליובליאנא,סלאָװעניע ·ליסבאן,פארטוגאל ·מאדריד,שפּאַניע ·ניקאסיע,ציפּערן ·סאפיע,בולגאריע ·פאריז,פראַנקרײך ·פראג,טשעכיי ·פרעשבורג,סלאוואקיי ·רוים,איטאַליע ·ריגע,לעטלאַנד ·קאפנהאגן,דענמאַרק ·שטאקהאלם,שוועדן
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=בערלין&oldid=595442"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp