אבאַנק (מ״צ בענק) איז א אינסטיטוציע וואס שטעלט צו אלערליי סארט פֿינאנציעלע סערוויסעס ווי בארגן געלט, אוועקלייגן געלט, אינוועסטמענטס, קרעדיט קארטלעך, דעביט קארטלעך, טשעקס.
בענק זענען קריטיש פאר דער עקאנאמיע ווייל זיי זענען הויפט אינסטיטוציעס פון געלט האנדלונג, און אן זיי וואלט מען נישט געקענט טון קיין ביזנעס ווייל מען וואלט נישט געהאט פון וואו צו בארגן קיין געלט. מענטשן וואלטן נישט געקענט קויפן קיין הייזער און קינדער וואלטן נישט געקענט גיין אין קאלעדזש ווייל צו די אלע זאכן פעלט זיך געווענטליך אויס אן הלוואה וואס מען צאלט אפ ביסלעכווייז מיט פראצענט.
ווי געזאגט איז בארגן די הויפט פונקציע פון א באנק. די באנק נעמט אן דעפאזיטס פון טויזנטער קליענטן און זי נוצט דאס געלט אויף צו פארבארגן און מאכן א ריווח דערפון. זי געבט אויך א טייל פון דעם ריווח פאר די וואס האבן איר געבארגט דאס געלט, און דאס ווערט צוגעטיילט דורך אינטערעסט. אבער א באנק קען נישט פארבארגן דאס גאנצע געלט ווייל זי מוז דאך האבן געלט פאר די טאג-טעגליכע באנק געשעפטן. דער מאקסימום וואס א באנק קען ארויסבארגן שטייט היינט צווישן 90 און 97 פראצענט, לויט וועלכע סארט באנק. דעם מאקסימום ווערט באשטימט דורך די פעדעראלע רעזערוו און דאס ווערט זייער שטרענג נאכגעקוקט. פארשטייט זיך אז דאס געלט דארף נישט זיין אין קעש ווייל קיין איין באנק האט נישט אזויפיל קעש און רוב געלט איז נאר עלעקטראנישע געלטער וואס זי האלט אין אן קאנטע מיט די פעדעראלע רעזערוו. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז א באנק קען ארויסבארגן פיל מער געלט וויפיל קעש זי האט.
פון יעדע הונדערט דאלאר וואס א מענטש לייגט אריין אין באנק ווערט 90 דאלאר דערפון גענוצט צו בויען די עקאנאמיע. דאס געלט ווערט ארויסגעבארגט צו א צווייטע באנק אדער פינאנציעלע אינסטיטוציע וואס בארגט דאס ווייטער און אזוי בויעט זיך די עקאנאמיע. מיט דעם כח ווערט געלט גענוצט צווישן מענטשן פיל מער וויפיל עס עקזיסטירט באמת. דער דורכשניטליכער מענטש האלט טאקע אין באנק נאר עטליכע צענדליגער טויזנטער דאלאר אבער מיט דעם געלט קען מען מאכן כפלי כפלים.
באנקירונג איז געבויט אויף אמון. מיר געטרויען די באנק אז זיי וועלן אפהיטן אונזער געלט און די באנק געטרויעט די פאר וועמען זי בארגט דאס געלט אז יענער וועט דאס צוריקצאלן. דאס געלט וואס מיר לייגן אריין אין באנק ווערט אוועקגעבארגט פאר אנדערע, אבער ווען אימער מיר דארפן עס קענען מיר עס ארויסנעמען. דאס ווערט גערופן דער פלוס פון געלט. איינער לייגט אריין און א צווייטער נעמט ארויס. די באנק דארף שטענדיג האלטן קאנטראל וויפיל קעש זי האט ווייל יעדן טאג קומען מענטשן און נעמען ארויס געלט. אויב זאלן אלע קאסטומערס קומען אין איין אינדערפרי און יעדער זאל וועלן זיין געלט וועט די באנק דאס נישט קענען צושטעלן. עס קלינגט אביסל שרעקעדיג, אבער דאס איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם ווייל עס פאסירט נישט אזא מין זאך היינטיגע צייטן.
עס זענען פאראן טעג ווען מער מענטשן דארפן האבן געלט, ווי פאר יום טוב, און דעמאלט דארף די באנק צושטעלן מער קעש ווי געווענטליך. יעדע וואכענענד איז פאראן מער קעש אין די באנק און אינמיטן וואך איז די באנק כמעט ליידיג פון קעש ווייל זייער ווייניג מענטשן נעמען ארויס געלט דעמאלט.
רוב בענק אין אמעריקע האבן אינשורענס דורך די פעדעראלע רעגירונג. אויב א באנק גייט באנקראט, אדער עס האלט בעפאר גיין באנקראט און מענטשן קענען נישט באקומען זייער געלט ווייל עס איז נישטא, איז מען פארזיכערט דורך די פעדעראלע רעגירונג ביז 100 טויזנט דאלאר. אויב איינער האט מער פון דעם איז כדאי ער זאל צעטיילן זיין געלט צווישן עטליכע בענק אויב אזא זאך זאל אמאל פאסירן.
עס זענען פאראן עטליכע סארטן באנק אינסטיטוציעס. רוב בענק זענען קאמערציאלע בענק וואס זענען געמאכט צו סערווירן די ביזנעס וועלט, אבער אלע בענק געבן אויך קאנטעס פאר יעדן איינעם ווייל זיי ווילן שטארק האבן וואס מער געלט. עס זענען פאראן סעיווינגס בענק, סעיווינגס ענד לאונס, קאאפעראטיוו בענק, און קרעדיט יוניאנס וואס זענען אלע טאקע בענק נאר ווערן גערופן טריפט אינסטיטוציעס.
די אלע סארטן בענק זענען ערשט אויפגעשטעלט געווארן צו געבן סערוויס פאר די וואס קענען נישט באקומען קיין סערוויס ביי די קאמערציאלע בענק. סעיווינגס בענק זענען ערשט געגרינדעט געווארן פאר די שוואכע פארדינער וואס ווילן האלטן זייער געלט אין באנק. סעיווינגס ענד לאונס אסאסיאציעס זענען געגרינדעט געווארן אין די 1980'ער יארן צו געבן סערוויס און הלוואות פאר ארעמע מענטשן זיי זאלן קענען קויפן הייזער. קרעדיט יוניאנס זענען געגרינדעט געווארן צו געבן הלוואות פאר מענטשן אין פאל פון אן עמערזשענסי ווי א מעדיצינישע עמערזשענסי אדער ענליכע זאכן ווען מען מוז באלד האבן געלט.
היינט צו טאג געבן אלע בענק אלע סערוויסעס ווייל יעדער וויל יענעמ'ס ביזנעס. די קאמערציאלע באנק געבט אן הלוואה פאר אן עמערזשענסי און די קרעדיט יוניאן געבט א קאמערציאלע הלוואה און אויך מארטגעדזשעס.
בעפאר מען טראכט אריין דערין די ערשטע מאל מיינט מען אז א באנק איז מער ווי א סערוויס וואס מאכט אויך אביסל געלט אין א זייט. אין פאקט איז א באנק א ביזנעס פונקט ווי אלע ביזנעסער און זי מאכט גוטע געלטער.
גאנץ פשוט: די באנק בארגט ארויס געלט און בעט דאס צוריק מיט אינטערעסט. פון די אינטערעסט קומט אריין ביליאנען דאלארן ווייל די באנק בארגט ארויס צענדליגער ביליאנען דאלארן. די באנק געבט אראפ א טייל פון די אינטערעסט וואס זי פארדינט פאר די וואס האלטן געלט אין אירע קאנטעס. טייל קאנטעס באקומען בכלל נישט קיין אינטערעסט, טייל אביסל, און טייל אסאך. אבער דאס איז אלעס נאר א קליינע טייל פון וויפיל אינטערעסט די באנק מאכט מיט יענע געלט.
אינטערעסט ראטעס זענען אבער נישט קיין באשטימטע זאך און טוישט זיך כסדר. דער הויפט זאך וואס טוישט די אינטערעסט ראטעס איז די זעלבע זאך וואס טוישט פרייזן פון פראדוקטן אין א געווענטליכע פירמע: סופליי און דימענד. פונקט ווי א געווענטליכע פירמע וועט אראפלאזן די פרייז ווען זי האט קאמפעטישאן, וועלן די בענק אויך אראפלאזן די אינטערעסט ראטעס צוליב קאנקורענץ. פונקט ווי א געווענטליכע פירמע וועט הייבן די פרייזן ווען זי האט ווייניג סופליי, אזוי אויך וועלן זיך די אינטערעסט ראטעס הייבן אויב עס איז נישטא גענוג געלט צו בארגן. אויך די עקאנאמיע קען טוישן די אינטערעסט ראטעס ווייל אמאל פעלט זיך אויס צו הייבן די אינטערעסט ראטעס כדי מער מענטשן זאלן אינוועסטירן, און אמאל פעלט זיך אויס צו נידערן די אינטערעסט ראטעס ווען די עקאנאמיע שטייט נישט גוט און מענטשן בארגן נישט קיין געלט פון די בענק.
די דורכשניטליכע אינטערעסט ראטעס ווערן קאנטראלירט דורך די פעדעראלע רעזערוו, אבער יעדע באנק באזונדער קען גיין ביליגער אדער טייערער לויט איר באגער כדי צוצוציען מער קונדן.
ווען א באנק בארגט ארויס געלט פאר א מענטש אדער פירמע איז דאס א ריזיקע וואס די באנק נעמט. וויפיל מאל פאסירט אז א פירמע גייט באנקראט אדער די אינוועסטמענט ארבעט זיך נישט אויס און די באנק פארלירט דאס געלט. די אינטערעסט ראטעס זענען געווענטליך טייערער ווי גרעסער די ריזיקע. ווען א מענטש מיט א גוטע קרעדיט היסטאריע בארגט געלט וועט ער באקומען די בעסטע אינטערעסט פרייזן ווייל די באנק פארלאזט זיך שוין אויף אים אז ער באצאלט. אבער אויב א מענטש בארגט געלט צום ערשטן מאל אדער אויב ער האט א שוואכע קרעדיט היסטאריע וועט די באנק מוזן בעטן מער אינטערעסט ווייל די ריזיקע איז גרעסער און דאס קומט מיט א טייערערע פרייז.
אינטערעסט איז נישט קיין קלייניגקייט כאטש עס קוקט אויס ווייניג. אינטערעסט ווערט גערעכנט איינס אויף דאס אנדערע, וואס ווערט גערופן "קאמפאונדעד". ווען א מענטש נעמט ארויס א מארטגעדזש פון 250 טויזנט דאלאר פאר 25 יאר און די אינטערעסט ראטע איז 4 פראצענט, וועט ער צאלן איבער 100 טויזנט דאלאר אין אינטערעסט ווייל די אינטערעסט ווערט גערעכנט איינס אויף דאס אנדערע יאר נאך יאר.
עס קוקט טאקע אויס זייער טייער, אבער אין פאקט איז עס כדאי ווייל אנדערש וואלטן מיר געדארפט ארבעטן א גאנץ לעבן צו קענען אוועקלייגן די גאנצע געלט צו קויפן א הויז. אזוי קען מען דאס קויפן ווען מען איז יונג און מען צאלט עס אפ ביסלעכווייז. דאס זעלבע איז מיט ביזנעס. ווייניג מענטשן וואלטן געקענט אנהייבן א ביזנעס ווען נישט די באנק. אויב די ביזנעס ארבעט זיך אויס, האט זיך עס אסאך מאל געלוינט צו צאלן דעם פרייז פאר די אינטערעסט.
אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פאראן 12 רעזערוו בענק צעשפרייט איבער אמעריקע וואס זענען ווי אפטיילונגען פון די פעדעראלע רעזערוו באנק אין וואשינגטאן. די פעדעראלע רעזערוו האט א רייע רעגולאציעס וואס זי פארלאנגט פון אלע בענק זאלן נאכפאלגן וואס פארזיכערן דאס געלט פון די קאסטומערס. אין צוגאב איז פאראן אן אינשורענס פון די פעדעראלע רעגירונג ביז 100 טויזנט דאלאר פער מענטש ווי פריער דערמאנט.
די אינשורענס איז צושטאנד געקומען אין די 1930'ער יארן ווען עס האט געהערשט א דעפרעסיע אין אמעריקע און יעדע שטיק צייט איז ארויסגעקומען קלאנגען איבער א געוויסע באנק אז זי שטייט שוואך. וואס עס האט פאסירט דארף מען נישט פארשרייבן. ביז מינוטן זענען אלע מענטשן צוזאמענגעלאפן און פארלאנגט די באנק זאל זיי ארויסגעבן אלע געלט. אפילו אויב דאס איז נאר געווען א פאלשע קלאנג, איז די באנק געווען אין צרות פשוט ווייל זי האט נישט געהאט אזויפיל געלט אין קעש.
זעענדיג אז דאס לאנד און בענק גייען צוגרונד, האט די פעדעראלע רעגירונג אויפגעשטעלט די "פעדערלע דעפאזיט אינשורענס קארפארעישאן" וואס האט פארזיכערט פאר יעדן איינעם אז זייער געלט איז פארזיכערט דורך די פעדעראלע רעגירונג, און אזוי האט זיך אפגעשטעלט די פראבלעמען. אין יענע יארן איז די מאקסימום פארזיכערונג געווען $2,500 פער מענטש און איז געווארן מער מיט די יארן.
היינט איז פאראן גאר א שטארקע פובליק צוטרוי צו די באנק סיסטעם און די אינשורענס שטייט היינט ביי $100,000. אין צוגאב צו די פעדעראלע אינשורענס געבן רוב בענק היינט אייגענע אינשורענס וואס פארזיכערט פון גניבות און שווינדלערייען, אבער דאס איז אפהענגיג לויט די באנק'ס פאליסיס וואס איז אנדערש איינע פון די אנדערע.
א באנק שטעלט צו אסאך פינאנציעלע סערוויסעס (פראדוקטן) פאר אירע קאסטומערס. די מערסט גענוצטע סערוויס איז די טשעקינג קאנטע וואס איז געמאכט צו קענען אריינלייגן און ארויסנעמען געלט יעדע מינוט אין טאג אן דעם וואס מען זאל דארפן צאלן אינטערעסט אזויווי עס איז דער פאל מיט א קרעדיט קארטל. מען קען ארויסנעמען דאס געלט דורך א קעשיר, דורך די מאשין, אדער דורך א טשעק. אין צוגאב קען מען נוצן דאס געלט אין די טשעק-קאנטע דורך א דעביט קארטל צו קויפן פראדוקטן אן דארפן מיטנעמען קעש.
זינט עס איז אזוי גרינג צו נוצן דאס געלט אין די קאנטעס, גייען אדורך ביליאנען טראנזאקציעס פער טאג אין די באנק סיסטעם און אלעס מוז פונקטליך רעקארדירט ווערן דורך א פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם. אויסער די עלעקטראנישע טראנזאקציעס זענען פאראן מיליאנען טשעקס וואס גייען אדורך יעדן טאג און עס וואלט גענומען טויזנטער ארבעטער פאר יעדע באנק צו באהאנדלען יעדע טשעק.
צו דעם איז פאראן אזא זאך ווי א קלירינג הויז וואס געבט זיך אפ נאר מיט דעם. אלע טשעקס קומען אן אהין און זי באהאנדלט דאס און מאכט אן עלעקטראנישע טראנזאקציע פאר די באנק. אויך די באנק מאשינען ווערן אנגעפירט דורך א דריטע פארטיי פירמע ווייל די באנק אליינס האט נישט די צייט און ארבעטער דאס צו טון אליין. דאס געלט וואס ווערט דארט דעפאזיטעד ווערט אפגענומען יעדע נאכט דורך א ספעציעלע פירמע וואס ארבעט פאר די באנק. די פירמע דארף אויך צושטעלן די קעש אין די מאשינען אז עס זאל זיין גענוג צו יעדער צייט.
די צווייטע מערסט גענוצטע אקאונט איז די סעיווינגס אקאונט וואס איז גארנישט אנדערש ווי די טשעקינג קאנטע מיט'ן איינציגן אונטערשייד אז עס פארדינט אינטערעסט. די סעיווינגס קאנטע איז געמאכט צו האלטן קליינע סכומים געלט וואס זאל שטענדיג זיין גרייט צום באנוץ און זאל אין דער זעלבער צייט פארדינען אינטערעסט.
אויב וויל מען פארדינען מער אינטערעסט, דארף מען אריינלייגן דאס געלט אין אנדערע סארטן קאנטעס וואס די באנק שטעלט צו פאר גוטע אינטערעסט פארדינסטן. ווי לענגער מען פארשפארט דאס געלט, אלץ מער אינטערעסט פארדינט מען, און די אינטערעסט ראטעס קענען זיין אנדערש אין איין באנק ווי אין די צווייטע.
אויסער די הויפט באנק סערוויסעס, שטעלט א באנק צו אלע סארט פינאנציעלע סערוויסעס היינט צו טאג. א באנק געבט ארויס הלוואות, לאזט באצאלן בילס, געבט אינוועסטמענט סערוויסעס, רעטייערמענט און ערציאונגס פלענער, פארשידענע אינשורענס, און נאך אסאך זאכן וואס מיר נוצן יעדן טאג.