Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

איראק

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון איראק
פאן איראק
פאן איראק
סימבאָל איראק
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון איראק
אָרט פֿון איראק
קאָנטינענטאזיע
אָפֿיציעלעשפּראַךאראביש
הויפּטשטאָטבאגדאד33°20′N44°26′E / 33.333°N 44.433°E /33.333; 44.433
רעגירונגפעדעראלעפארלאמענטארע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דזשאלאל טאלאבאני
נורי אל־מאליקי
גרינדונג דאַטום
3טן אקטאבער 1932
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענטוואַסער
438,317 קוואַדראַט ק"מ
59סט
1.1
באַפֿעלקערונג
-צאָל
-וועלט גראַדונג
-ענגקײט

30,399,572
39סט
73.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$125.665 ביליאן (62סט)
וואַלוטעאיראק דינאר
צײַט זאָנע+3
אינטערנעט דאָמעןiq.
טעלעפֿאָן קאָד964+

איראק (אַראַביש:العراقal-‘Irāq;קורדיש:عێراقEraq), אפיציעל דירעפובליק פון איראק, איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופןבבל. איראק גרענעצט זיך מיטאיראן פון איין זייט, מיטטערקיי פון דערקורדישער זייט און מיטסיריע אוןסאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איזבאַגדאַד.  די הויפט עטנישע גרופעס זענעןאראבער אוןקורדן; אנדערע זענען כולל אסירישער, טורקמען, שאבאקיס, יאזידיס, ארמענער, מאנדעאנער, צירקאסער און קאווליא.

איראק האט א בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ אויפן צפון זייט פונעםפערסישן איינגאס. צוויי הויפט טייכן, דיחידקל אוןפרת, פליסן קיין דרום אדורך איראק און אריין איןשאט אל-אראב נאנט צום פערסישן איינגאס. די טייכן פארזארגן איראק מיט א היבש כמות פון פרוכעפערן לאנד.

דער געגנט צווישן דיחידקל אוןפרת טייכן ווערט גערופןמעסאפאטאמיע, און איז געווען די היים פון נאכאנאנדיקע ציוויליזאציעס זייט אוראלטע צייטן. איראק איז געווען דער צענטער פון דיאקאדישע,סומערישע,אסירישע אוןבבלי אימפעריעס. אויך איז ער געווען א טייל פון די מעדישע, אכעמענישע, העלעניסטישע, פארטישע,סאסאנידע,רוימישע, ראשידון,אומאיאד,אבאסישע, איובישע,מאנגאלישע, סאפאוויד, אפשאריד און אטאמאנישע אימפעריעס.[1]

נהר החידקל דיטיגריס טייך. א בליק פוןחיפה סטריט איןבאגדאד

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דיסומערישע ציוויליזאציע האט אנגעהויבן אין היינטיקן איראק.

20טן יארהונדערט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון דער ענדע 1960ער יארן האטסאדאם כוסעין פארכאפט די מאכט אין איראק. ער האט אומגעברענגט אלע זיינע פאליטישע שונאים און געפירט אדיקטאטורישערעזשים פאר איבער 30 יאר, ביזאמעריקע האט דערקלערטקריג אויף אים, פאר'ן חשד אז ער האטמאסן פארניכטונג וואפן. ארויסגעשטעלט האט זיך עס אלס א בלאף.

איראן-איראק מלחמה

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –איראן-איראק מלחמה

אין 1980 האט איראק מיט די שטיצע פון אמעריקע און דימערב וועלט אינוואדירט איראן מיטן ציל צו פארכאפן די אויל רייכע דרום מערב טיילן פון לאנד, סאדאם האט געהאפט צו בעניפיטירן פונעם פאקט אז איראן איז נארוואס אריבער א רעוואלוציע און איר מיליטער איז געווען אין כאאס.

די גאלף קריג

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1991 האט דער ערשטערפרעזידענטדזשארזש ה. וו. בוש אינוואדירט איראק, אינאיינעם מיט דיפאראייניגטע פעלקער, כמעט נאר פון דער לופט, אלס נקמה אקציע פאר סאדאמ'ס אקופירן טיילן פון דאס קליינע לענדלקואווייט. הארט פארפורים, יענץ יאר האט כוסעין זיך אונטערגעגעבן און איז ארויס פון קאווייט, נאכקומענדיק די פארלאנגען פון דיוועלט.

מאסן פארניכטונג וואפן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער צארן פוןאמעריקע האט זיך אבער נישט אפגעטאן פון. זינט דעם ביטערן טאג פון9/11 האט דער לעצטער פרעזידענטדזשארדזש וו. בוש, כסדר ווידערהאלט אזסאדאם כוסעין זאל אויפגעבען זיינע (אומעקזיסטירענדע)מאסן פארניכטונג וואפן, ווען זיינע סטראשונקעס האבן נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן, האט פרעזידענט בוש מיט זיינע אליאירטע קרעפטן אינוואדירט דאס לאנד איראק אין ווינטער2003 האט אמעריקע אינוואדירט איראק מיט א מעכטיגע אטאקע אונטערן נאמעןשאק און ציטער.

די מלחמה

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס האט נישט גענומען קיין פיר וואכן, און איראק איז געווען אייגענומען דורך אמעריקאנער און בריטישע טרופען. צוויי יאר האט גענומען ביז מ'האט געפינען דעם געוועזענעם דיקטאטור אין אן אינטערערדישןמויזן לאך.

איראק נאך דער מלחמה

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זינט דער מלחמה איז שוין דורך עטליכע יאר, אבער קיין שלום הערשט דארט נישט. א קליינער פארמאט פון אבירגער קריג גייט דארט אן, מיט א שרעקליכע שחיטה צווישן דישיאיטן און דיסוניס, איבער 2300 אמעריקאנער סאלדאטן האבן דארט פארלוירן זייערע לעבנס, און מעגליך נאענט צו א האלב מיליאן איראקער טויטע.

געאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איראק ליגט צווישן די גארטל-ליניעס 29° און N‏ 38° , און מערידיאנען 39° און 49°E ‏ (א קליינער שטח ליגט מערב פון 39°). מיט א שטח פון 437,072 ק״מ2 (168,754 קוואדראט מייל), איז איראק דאס58סט-גרעסטע לאנד אין דער וועלט. ער איז אומגעפער אזוי גרויס ווי דער פֿ״ש שטאַטקאליפארניע, און עפעס גרעסער וויפאראגוויי.

 איראק באשטייט מערסטנס פוןמדבר, אבער לעבן די צוויי הויפט טייכן (פרת אוןחידקל) זענען פרוכפערדיקע אלואוויאלן באדנס, וויבאל די טייכן טראגן אומגעפער 60,000,000 מ3 ליים א יאר צו דערדעלטע. דער צפון טייל פונעם לאנד באשטייט בעיקר פון בערג; דער העכסטער פונקט איז בייטשיקהאַ דאַר (שווארצער געצעלט), הויך 3,611 מ. איראק האט א קליינע בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ (36 מייל) לענגאויס דעםפערסישן איינגאס. נאנט צום בארטן ביים שאַט־אַל־אַראַב (וואס די איראנער רופןאַרוואַנדרוד: اروندرود) פלעג זיין זומפלענדער, אבער מ׳האט פיל פון זיי אויסגעטריקענט אין די 1990ער יארן.

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די עקאנאמיע פון איראק איז באזירט אויפןנאפט סעקטאר, וואס טראדיציאנעל האט פארזארגט עטלעכע 95 פראצענט פון עקספארט פארדינסט. אין די שפורן פון דעראיראן-איראק מלחמה און די שאדן וואס די איראנער האבן פארשאפן צו דער איראק נאפט אינדוסטריע איז די איראקער עקאנאמיע אריין אין א קריזיס. די רעגירונג האט רעאגירט מיט איינפירן א א ראציאנירונג סיסטעם, האט געבארגט א סך פון אנדערע לענדער און ארגאניזאציעס, און שפעטער האט אפגעשטופט צוריקצאלן אירע דרויסנדיקע חובות. היינט ווערט גערעכנט אז די עקאנאמישע פארלוסטן פון איראק צוליב דער מלחמה מיט איראן שטייען מינדערסטן ביי 100 מיליארדאמעריקאנער דאלאר. נאך ווען די מלחמה האט אויפגעהערט אין1988 האט די עקספארט פון נאפט פון איראק ווידער געשטיגן ווען מען האט געבויט רערן צו פירן נאפט און ווידער אויפגעבויט די אפאראטן און פאמפעס. א קאמבינאציע פון נידריגע נאפט פרייזן, דעם נויט צוריקצובאצאלן די חובות וואס מען האט געבארגט אין די מלחמה יארן (אומגעפער 3 מיליארד דאלאר א יאר) און דעם קאסט פון ווידעראויפבויען דאס לאנד האבן פארערגערט דעם קריזיס, וואס האט געברענגט ענדליך די איראקער אינוואזיע איןקואווייט.

אום20סטן נאוועמבער2004 האבן די 19 רייכסטע לענדער אין דער וועלט מסכים געווען מוותר צו זיין אויף 80 פראצענט (33 מיליארד דאלאר) פון דעם גאנצן חוב פון איראק (42 מיליארד דאלאר) צו די דאזיקע לענדער. דער סכום פונעם דרויסנדיקן חוב פון איראק וואס איז געשטאנען פאר דער אינוואזיע אין 2003 אויף 120 מיליארד דאלאר, איז געוואקסן אין יאר 2004 נאך פינעף מיליארד דאלאר.

סוף פון2005 און דעם ערשטן העלפט פון2006 האט איראק געענדערט די פארעם פון אפצאלן זיינע חובות, און האט פארמינערט 16 מיליארד דאלאר פון זיין דרויסנדיק חוב. נאכדעם הייבט זיך אן די עקאנאמיע צו שטארקן[1], און דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט האט געוואקסן ביז אין 2006 איז איראק געשטאנען אין דעם58סטן פלאץ אין דער וועלט.

די אפיציעלע וואלוטע אין איראק איז דעראיראקישער דינאר.

נאפט און ענערגיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיט רעזערוון פון 143.1 ביליאן פעסער, איז איראק דער דריטער אין דער וולעט אין נאפט רעזערוון, נאךווענעזועלע אוןסאודי אראביע. אין דעצעמבער 2012 האט פראדוקציע פון נאפט דערגרייכט 3.4 מיליאן פעסער א טאג. איראק האט נאר אומגעפער 2,000 נאפט קוואלן, אין פארגלייך מיט 1 מיליאן קוואלן אין טעקסאס. איראק איז געווען א גרינדער מיטגליד פוןאפעק.

ווי אין 2010 האט איראק גענערירט נאר העלפט פון דער עלעקטריציטעט וואס די קונדן פאדערן, וואס ברענגט ארויס שארפע פראטעסטן אין די זומער מאנאטן.

וואסער פארזארג און סאניטאציע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קוואליטעט פון וואסער אין איראק איז גאנץ שוואך. דריי יארצענדלינגער פון מלחמה צוזאמען מיט ווייניג סביבה׳דיקער וויסקייט האבן צוזאמען חרב געמאכט איראק׳ס וואסער רעסורסן פארוואלטערונג סיסטעם.

צוטריט צו טרינקוואסער ענדערט זיך א סך צווישן גובערניעס און אויך צווישן שטאטישע און דארפישע שטחים.

91% פון דער גארער באפעלקערונג האט צוטריט צו טרינקוואסער. אבער אין דארפישע שטחים נאר 77% פון דער באפעלקערונג האט צוטריט צו פארבעסערטע טרינקוואסער קוואלן אין פארגלייך צו 98% אין שטאטישע געגנטן.[2]

גרויסע קוואנטיטעטן פון וואסער גייען לאיבוד בשעת פראדוקציע.[2]

דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער 2016 אפשאץ פון דער גאנצער באפעלקערונג פון איראק איז 37,202,572. איראק׳ס באפעלקערונג אין 1878 איז געשאצט צו בערך 2 מיליאן.[3] אין 2013 האט איראק׳ס באפעלקערונג דערגרייכט 35 מיליאן אין א נאך דער מלחמה בליאונג אין באפעלקערונג.[4]

עטנישע גרופעס

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אראבער זענען 75%–80% פון דער באפעלקערונג.[5] 15% פון איראק׳ס באפעלקערונג זענעןקורדן. אסיריער, איראקישע טורקמען און אנדערע פיל קלענערע מינאריטעטן, ווי למשל מאנדעער,ארמענער, קירקאסער,איראנער, שאבאקיס, יאזידיס און קאווליע זענען משלים די איבעריגע 5%–10% פון דער באפעלקערונג.[5][6] אומגעפער 20,000זומפ אראבער וואוינען אין דרום איראק.[7]

פאליטיק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איראק איז א מיטגליד איןאפעק, און אין אנדערעאינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס.

רעפערענצן

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. Top 10 Battles for the Control of Iraq. Livescience.com. דערגרייכט דעם 2009-03-23.
  2. abUN Iraq Joint Analysis and Policy Unit (March 2013).Water in Iraq Factsheet.
  3. Charles Philip Issawi (1988).The Fertile Crescent, 1800–1914: A Documentary Economic History. Oxford University Press, 17.ISBN 978-0-19-504951-0. דערגרייכט דעם 2016-08-17. 
  4. איראקישע באפעלקערונג דערגרייכט אומגעפער 35 מיליאן. Aswat Al Iraq (‏2013-04-27). ארכיווט פוןדעם אריגינאל דעם 14טן יאנואר, 2015. דערגרייכט דעם 2013-07-01.
  5. abIraq.וועלט פאקטבוך.
  6. Assyria. UNPO (2008-03-25). דערגרייכט דעם 2013-12-08.
  7. Sharp, Heather (‏March 3, 2003). "BBC News – Iraq's 'devastated' Marsh Arabs". דערגרייכט דעם 2008-05-01. 


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן ·אזערביידזשאן ·אינדאנעזיע ·אינדיע ·איראק ·איראן ·אָמאַן ·אפגאניסטאן ·ארמעניע ·בהוטאן ·באכריין ·באנגלאדעש ·ברוניי ·גרוזיע ·דרום קארעע ·וויעטנאם ·טאדזשיקיסטאן ·טורקמעניסטאן ·טיילאנד ·טערקיי ·יאפאן ·יארדאניע ·ישראל ·כינע ·לאַאָס ·לבנון ·מאלדיוון ·מאלייזיע ·מאנגאליי ·מזרח טימאר ·מיאנמאר ·נעפאל ·סאודי אראביע ·סיריע ·סינגאפור ·סרי לאנקא ·פאקיסטאן ·פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ·פיליפינען ·ציפערן ·צפון קארעע ·קאזאכסטאן ·קאטאר ·קאמבאדיע ·קואווייט ·קירגיזסטאן ·רוסלאנד ·תימן
 לענדער ארום דעםפערסישן איינגאס

איראן ·איראק ·אָמאַן ·באכריין ·סאודי אראביע ·פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ·קאטאר ·קואווייט


לענדער אין דעראַראַבישער ליגע 
איראק -אלזשיר -אָמאן -באכריין -דזשיבוטי -טוניסיע -יארדאניע -לבֿנון -ליביע -מאריטאניע -מאראקא -סאודי אראביע -סאמאליע -סודאן -סיריע -עגיפטן -פאראייניגטע אראבישע עמיראטן -פאלעסטינע (פל"א) -קאטאר -קאמאראס -קואווייט -תימן


גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=איראק&oldid=587182"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריע:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp