אינדיע איז א האלבאינזל, ארומגענוען מיט ימען אין מזרח (דיבוכטע פון בענגאל), דרום (דעראינדישער אקעאן) און מערב (דעראראבישער ים). אין צפון זייט פון אינדיע געפינען זי דיהימאלייע (וואס האט די העכסטע בערג אין דער וועלט) און אנדערע בארגקייטן.
אינדיע האט 7,517 ק"מ פון בארטן; 5,423 ק"מ געהערן צום אינדישן האלבאינזל און די אנדערע 2,094 ק"מ געהערן צו די אנדאמאן, ניקאבאר און לאקשאדוויפ אינזל־קייטן.
שטח פון דער מאוריער אימפעריע. אין העל בלוי ווערט געוויזן די אימפעריע, אין טונקל בלוי די געגנטן וואס האבן געשאפן מיט איר א בונד
אין יאר 321 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער ערשטער מאוריער קייסער, טשאנדראגופטא געגרינדעט די מאוריער דינאסטיע מיטן הילף פוןטשאנאקיע. דער מערסטער טייל פונעם אונטער־קאנטינענט איז געווארן פאראייניקט צום ערשטן מאל אונטער איין הערשאפט. די אימפעריע האט זיך פארברייטערט נאך ווען די גריכן און פערסן האבן צוריקגעצויגן פונעם ראיאן.
טשאנדראגופטאס זון, בינדוסארא, האט ווייטער פארברייטערט די אימפעריע כמעט צו גאנץ היינטיקער אינדיע.
אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסעראשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיקער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.
פון 1526 האט דימוגהאל אימפעריע געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט דיבריטישע אימפעריע געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.
אין 1858 למספרם האט די בריטישע אימפעריע איבערגענומען די פירערשאפט אין אינדיע מיט געוואלד אלץ נאך א רינגל אין די מאדערענע פיודעליזם באקאנט אלץקאלאניאליזם, ענגלאנד האט זיך אריינגעריקט אין שוואכע לענדער און זיי באראבעוועט די נאטורליכע אוצרות און פארשקלאפט די לאקאלע באפעלקערונג און געלייגט אויף זיי ביטערע שטייערן, אפגערעדט פון דעם אז די לאקאלס האבן נישט געהאט דאס מינדעסטע רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.
די ענגלישע אקופאציעס איז נישט געווען בלויז ווייסע קאלער גניבה'ס, די ענגלענדער האבן געמארדעוועט און מיט געוואלד אינטערדריקט יעדע מינדעסטע קעגנערשאפט, היסטאריקער האבן א חשבון פון 35 מיליאן מענטשן וועמען די ענגלענדער האבן געהארגעט במשך די עפאכע ווען זיי האבן מיט געוואלד רעגירט איבער אינדיע, עקסטער איז דא א חשבון פון 45 טריליאן דאללער וואס ענגלאנד האט בא'גזל'ט פון אינדיע במשך די יארן וואס זי האט איר אקופירט. אין די פריע1600 יארן האט זיך פארמירט די ענגלישע איסט אינדיע קאמפאני וועלכע איז די מאכטפולסטע קאמפעני וואס איז נאר געווען אין היסטאריע, זי האט ציביסלעך אויסגעקויפט שטחים אויף שטחים פון אינדיע ביז אין יאר 1858 ווען ענגלאנד האט מיט געוואלד אפיציעל איבערגענומען אינדיע פאר א צירקע פון כמעט 100 יאר ביז 1947 ווען ענגלאנד האט "געגעבן" זעלבסטשטענדיגקייט פאר אינדיע.
אין 1869 למספרם איז געבוירן דער אינדיאנער העלדמאהאטמא גאנדהי, ער האט שטודירט געזעץ איןלאנדאן, ענגלאנד און איז שפעטער געווארן דער פרייהייטס אקטיוויסט וועלכע האט געפירט צו די זעלבסטשטענדיגקייט פון אינדיע.